Page 3 - Yekhezkel
P. 3

‫יחזקאל‬

‫‪ 10‬און די געשטאַלט פֿון זײערע פּנימער איז געװען‪ :‬אַ פּנים פֿון אַ‬
‫מענטשן; און אַ פּנים פֿון אַ לײב אױף דער רעכטער ז ַײט ב ַײ זײ פֿירן;‬
‫און אַ פּנים פֿון אַן אָקס פֿון דער לינקער ז ַײט ב ַײ זײ פֿירן; און‬
‫אַ פּנים פֿון אַן אָדלער ב ַײ זײ פֿירן‪ 11 .‬אַזױ ז ַײנען געװען זײערע‬
‫פּנימער; און זײערע פֿליגלען ז ַײנען געװען פֿאַנאַנדערגעשפּרײט צו‬
‫דער הײך צו; צװײ פֿון איטלעכער ז ַײנען געװען באַהעפֿט אָן‬
‫אײנאַנדער‪ ,‬און צװײ האָבן באַדעקט זײערע ל ַײבער‪ 12 .‬און איטלעכע‬
‫צו דער ז ַײט פֿון איר פּנים ז ַײנען זײ געגאַנגען; װוּהין דער ג ַײסט איז‬
‫געװען צו גײן‪ ,‬ז ַײנען זײ געגאַנגען; זײ האָבן זיך ניט אומגעדרײט ב ַײ‬
‫זײער גײן‪ 13 .‬און די געשטאַלט פֿון די חיות‪ ,‬זײער אױסזען‪ ,‬איז‬
‫געװען אַזױ װי ברענעדיקע קױלן פֿ ַײער; אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון‬
‫בראַנדהעלצער איז דאָס אומגעגאַנגען צװישן די חיות; און דאָס‬
‫פֿ ַײער האָט געהאַט אַ ש ַײן‪ ,‬און פֿון דעם פֿ ַײער איז אַרױסגעגאַנגען אַ‬
‫בליץ‪ 14 .‬און די חיות ז ַײנען געלאָפֿן הין און צוריק‪ ,‬אַזױ װי דאָס‬

                                           ‫אױסזען פֿון אַ בליצשטראַל‪.‬‬

‫‪ 15‬און איך האָב אָנגעקוקט די חיות‪ ,‬ערשט צו אײן ראָד איז אױף‬
‫דער ערד לעבן די חיות צו זײערע פֿיר פּנימער‪ 16 .‬דאָס אױסזען פֿון‬
‫די רעדער און זײער אַרבעט איז געװען אַזױ װי דער אָנבליק פֿון‬
‫גאָלדשטײן‪ ,‬און אײן געשטאַלט איז געװען ב ַײ זײ פֿירן; און זײער‬
‫אױסזען און זײער אַרבעט איז געװען אַזױ װי עס װאָלט ז ַײן אַ ראָד‬
‫אין אַ ראָד‪ 17 .‬אַז זײ ז ַײנען געגאַנגען ז ַײנען זײ געגאַנגען צו זײערע‬
‫פֿיר ז ַײטן; זײ האָבן זיך ניט אומגעדרײט ב ַײ זײער גײן‪ 18 .‬און זײערע‬
‫רײפֿן – אי זײ האָבן געהאַט אַ הױכקײט‪ ,‬אי זײ האָבן געהאַט אַ‬
‫מוֹראדיקײט; און זײערע רײפֿן ז ַײנען געװען פֿול מיט אױגן רונד‬
‫אַרום ב ַײ זײ פֿירן‪ 19 .‬און אַז די חיות ז ַײנען געגאַנגען‪ ,‬ז ַײנען‬
‫געגאַנגען די רעדער לעבן זײ‪ ,‬און אַז די חיות האָבן זיך אױפֿגעהױבן‬
‫פֿון דער ערד‪ ,‬האָבן זיך אױפֿגעהױבן די רעדער‪ 20 .‬װוּהין נאָר דער‬
‫ג ַײסט איז געװען צו גײן‪ ,‬ז ַײנען זײ געגאַנגען אַהין װוּ דער ג ַײסט איז‬
‫געװען צו גײן‪ ,‬און די רעדער האָבן זיך אױפֿגעהױבן באַגל ַײך מיט זײ‪,‬‬
‫װאָרום דער ג ַײסט פֿון די חיות איז געװען אין די רעדער‪ 21 .‬אַז‬
‫יענע ז ַײנען געגאַנגען‪ ,‬ז ַײנען זײ געגאַנגען‪ ,‬און אַז יענע האָבן זיך‬
‫אָפּגעשטעלט‪ ,‬האָבן זײ זיך אָפּגעשטעלט; און אַז זײ האָבן זיך‬
‫אױפֿגעהױבן פֿון דער ערד‪ ,‬האָבן זיך אױפֿגעהױבן די רעדער באַגל ַײך‬

    ‫מיט זײ‪ ,‬װאָרום דער ג ַײסט פֿון די חיות איז געװען אין די רעדער‪.‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8