Page 7 - Yekhezkel
P. 7

‫יחזקאל‬

                       ‫‪ 10‬און ער האָט צו מיר געזאָגט‪ :‬מענטשנקינד‪,‬‬
                     ‫אַלע מ ַײנע װערטער װאָס איך װעל רעדן צו דיר‪,‬‬

                                             ‫נעם אַר ַײן אין ד ַײן האַרצן‪,‬‬
                                            ‫און מיט ד ַײנע אױערן הער‪.‬‬
                                   ‫‪ 11‬און גײ קום צו די פֿאַרטריבענע‪,‬‬
                                          ‫צו די קינדער פֿון ד ַײן פֿאָלק‪,‬‬
                               ‫און זאָלסט רעדן צו זײ‪ ,‬און זאָגן צו זײ‪:‬‬
                                     ‫אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר;‬

                                                     ‫ס ַײ זײ װעלן הערן‪,‬‬
                                            ‫און ס ַײ זײ װעלן פֿאַרמ ַײדן‪.‬‬

‫‪ 12‬און אַ װינט האָט מיך אױפֿגעהױבן‪ ,‬און איך האָב געהערט הינטער‬
‫מיר אַ גערױש פֿון אַ גרױס ערדציטערניש‪ :‬געלױבט איז די פּראַכט‬
‫פֿון גאָט אין ז ַײן אָרט; ‪ 13‬און דאָס גערױש פֿון די פֿליגלען פֿון‬
‫די חיות זיך אָנרירנדיק אײנער אָן אַנדערן‪ ,‬און דאָס גערױש פֿון די‬
‫רעדער באַגל ַײך מיט זײ – אַ גערױש פֿון אַ גרױס ערדציטערניש‪ 14 .‬און‬
‫דער װינט האָט מיך אױפֿגעהױבן‪ ,‬און האָט מיך אַװעקגענומען; און‬
‫איך בין געגאַנגען אַ פֿאַרביטערטער אין מ ַײן הײס געמיט‪ ,‬און‬
‫די האַנט פֿון גאָט איז געװען שטאַרק אױף מיר‪ 15 .‬און איך בין‬
‫געקומען צו די פֿאַרטריבענע קײן תל‪-‬אָבֿיבֿ‪ ,‬װאָס ז ַײנען געזעסן ב ַײם‬
‫ט ַײך כּבֿר‪ ,‬און איך בין געזעסן אַװוּ זײ ז ַײנען געזעסן; און איך בין‬

                    ‫דאָרטן געזעסן זיבן טעג אַ באַנומענער צװישן זײ‪.‬‬

‫‪ 16‬און עס איז געװען צום ָסוף פֿון זיבן טעג‪ ,‬איז געװען דאָס װאָרט‬
‫פֿון גאָט צו מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 17 :‬מענטשנקינד‪ ,‬אַ װעכטער האָב איך‬
‫דיך געמאַכט פֿאַר דעם הױז פֿון ישׂראל‪ ,‬און אַז דו װעסט הערן פֿון‬
‫מ ַײן מױל אַ װאָרט‪ ,‬זאָלסטו זײ װאָרענען פֿון מ ַײנעט װעגן‪ 18 .‬אַז איך‬
‫זאָג צו דעם שלעכטן‪ :‬שטאַרבן מוזטו שטאַרבן; און דו האָסט אים‬
‫ניט געװאָרנט‪ ,‬און ניט גערעדט צו װאָרענען דעם שלעכטן פֿון ז ַײן‬
‫שלעכטן װעג‪ ,‬כּדי ער זאָל לעבן‪ ,‬װעט ער‪ ,‬דער שלעכטער‪ ,‬שטאַרבן‬
‫פֿאַר ז ַײן זינד‪ ,‬און ז ַײן בלוט װעל איך מאָנען פֿון ד ַײן האַנט‪ 19 .‬אָבער‬
‫אױב דו האָסט געװאָרנט דעם שלעכטן‪ ,‬און ער האָט זיך ניט‬
‫אומגעקערט פֿון ז ַײן שלעכטיקײט‪ ,‬און פֿון ז ַײן שלעכטן װעג‪ ,‬װעט‬
‫ער שטאַרבן פֿאַר ז ַײן זינד‪ ,‬און דו האָסט מציל געװען ד ַײן נפֿש‪.‬‬
‫‪ 20‬און אַז דער גערעכטער קערט זיך אָפּ פֿון ז ַײן גערעכטיקײט‪ ,‬און‬
‫ער טוט אומרעכט‪ ,‬װעל איך לײגן אַ שטרױכלונג פֿאַר אים; ער װעט‬
   2   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12