Page 10 - Yekhezkel
P. 10
יחזקאל
9און דו נעם דיר װײץ און גערשטן
און בעבלעך און לינדזן און הירזש און טונקלװײץ,
און טו זײ אַר ַײן אין אײן כּלי,
און זאָלסט זײ דיר מאַכן צו ברױט;
די צאָל טעג װאָס דו ליגסט אױף ד ַײן ז ַײט,
דר ַײ הונדערט און נ ַײנציק טעג ,זאָלסטו עס עסן.
10און ד ַײן עסן װאָס דו װעסט עסן,
זאָל ז ַײן מיט אַ װאָג ,צװאַנציק שקל אַ טאָג;
פֿון מעת-לעת צו מעת-לעת זאָלסטו עס עסן.
11און װאַסער מיט אַ מאָס זאָלסטו טרינקען;
אַ זעקסטל הין פֿון מעת-לעת צו מעת-לעת זאָלסטו טרינקען.
12אַזױ װי אַ גערשטענעם קוכן זאָלסטו עס עסן,
און אױף קױט פֿון מענטשישער צוֹ ֶאה
זאָלסטו עס באַקן פֿאַר זײערע אױגן.
13און גאָט האָט געזאָגט:
אַזױ װעלן עסן די קינדער פֿון ישׂראל
זײער ברױט אומרײן צװישן די פֿעלקער
װאָס איך װעל זײ אַהין פֿאַרשטױסן.
14האָב איך געזאָגט :װײ ,גאָט דו האַר ,זע מ ַײן זעל איז ניט
פֿאַראומרײניקט געװאָרן ,און געפֿאַלנס און פֿאַרצוקטס האָב איך ניט
געגעסן פֿון מ ַײן יוגנט אָן און ביז אַצונד ,און אין מ ַײן מױל איז ניט
געקומען אומװערדיק פֿלײש 15 .האָט ער צו מיר געזאָגט :זע ,איך
גיב דיר מיסט פֿון רינדער אָנשטאָט קױט פֿון מענטשן ,און זאָלסט
מאַכן ד ַײן ברױט דערױף 16 .און ער האָט צו מיר געזאָגט:
מענטשנקינד ,זע ,איך צעברעך דעם אונטערלען פֿון ברױט אין ירושלים,
און זײ װעלן עסן ברױט מיט אַ װאָג ,און מיט זאָרג,
און װאַסער מיט אַ מאָס און מיט באַנומעניש װעלן זײ טרינקען.
17װ ַײל זײ װעלן געמינערט ז ַײן ברױט און װאַסער,
און זײ װעלן באַנומען װערן אײנער מיטן אַנדערן,
און װעלן א ַײנגײן פֿאַר זײערע זינד.