Page 8 - Yekhezkel
P. 8
יחזקאל
שטאַרבן .װ ַײל דו האָסט אים ניט געװאָרנט ,װעט ער שטאַרבן פֿאַר
ז ַײן חטא ,און ז ַײנע גערעכטיקײטן װאָס ער האָט געטאָן ,װעלן ניט
דערמאָנט װערן ,און ז ַײן בלוט װעל איך מאָנען פֿון ד ַײן האַנט.
21אָבער אױב דו האָסט אים געװאָרנט ,דעם גערעכטן ,אַז דער
גערעכטער זאָל ניט זינדיקן ,און ער האָט ניט געזינדיקט ,װעט ער
בל ַײבן לעבן ,װ ַײל ער האָט זיך געלאָזט װאָרענען ,און דו האָסט
מציל געװען ד ַײן נפֿש.
22און די האַנט פֿון גאָט איז דאָרטן געװען אױף מיר ,און ער האָט
צו מיר געזאָגט :שטײ אױף ,גײ אַרױס צום טאָל ,און דאָרטן װעל איך
רעדן מיט דיר 23 .בין איך אױפֿגעשטאַנען ,און בין אַרױסגעגאַנגען
צום טאָל ,ערשט די פּראַכט פֿון גאָט שטײט דאָרטן ,אַזױ װי די
פּראַכט װאָס איך האָב געזען ב ַײם ט ַײך כּבֿר; און איך בין געפֿאַלן
אױף מ ַײן פּנים 24 .און אַ ג ַײסט איז אַר ַײן אין מיר ,און האָט מיך
אױפֿגעשטעלט אױף מ ַײנע פֿיס; און ער האָט מיט מיר גערעדט ,און
האָט צו מיר געזאָגט:
קום פֿאַרשליס זיך אין ד ַײן הױז.
25און דו מענטשנקינד ,זע,
מע טוט אַרױף אױף דיר שטריק,
און מע װעט דיך בינדן דערמיט,
און װעסט ניט אַרױסגײן צװישן זײ.
26און ד ַײן צונג װעל איך באַהעפֿטן אָן ד ַײן גומען,
כּדי זאָלסט שטום ז ַײן,
און זאָלסט זײ ניט ז ַײן אַ ַב ַעל-מוכיח;
װאָרום אַ װידערשפּעניק געזינדל ז ַײנען זײ.
27ערשט װען איך רעד מיט דיר,
װעל איך עפֿענען ד ַײן מױל;
און זאָלסט זאָגן צו זײ:
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
דער װאָס װיל הערן ,זאָל הערן,
און דער װאָס װיל פֿאַרמ ַײדן ,זאָל פֿאַרמ ַײדן;
װאָרום אַ װידערשפּעניק געזינדל ז ַײנען זײ.