Page 6 - Yekhezkel
P. 6
יחזקאל
1און ער האָט צו מיר געזאָגט:ג
מענטשנקינד ,װאָס דו געפֿינסט ,עס,
עס די דאָזיקע מגילה,
און גײ רעד צו דעם הױז פֿון ישׂראל.
2האָב איך אױפֿגעעפֿנט מ ַײן מױל ,און ער האָט מיר געגעבן עסן די
דאָזיקע מגילה .און ער האָט צו מיר געזאָגט:
מענטשנקינד ,ד ַײן בױך זאָלסטו אָנשפּ ַײזן,
און ד ַײנע אינגעװײד זאָלסטו אָנפֿילן,
מיט דער דאָזיקער מגילה װאָס איך גיב דיר.
און איך האָב געגעסן ,און זי איז געװען אין מ ַײן מױל אַזױ װי האָניק
אין זיסקײט 4 .און ער האָט צו מיר געזאָגט:
מענטשנקינד ,גײ קום צו דעם הױז פֿון ישׂראל,
און זאָלסט רעדן מיט מ ַײנע װערטער צו זײ.
5װאָרום ניט צו אַ פֿאָלק מיט אַ טונקעלער שפּראַך
און אַ שװערער צונג װערסטו געשיקט,
נ ַײערט צו דעם הױז פֿון ישׂראל;
6ניט צו פֿעלקער אַ סך
מיט אַ טונקעלער שפּראַך און אַ שװערער צונג,
װאָס דו פֿאַרשטײסט ניט זײערע װערטער.
פֿאַר װאָר ,אַז איך װאָלט דיך צו זײ געשיקט,
װאָלטן זײ יאָ צוגעהערט צו דיר.
7אָבער דאָס הױז פֿון ישׂראל װעלן ניט װעלן צוהערן צו דיר,
װאָרום זײ װילן ניט צוהערן צו מיר;
װאָרום דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל
האָבן האַרטע שטערנס און פֿאַרש ַײטע הערצער.
8זע ,איך האָב געמאַכט ד ַײן פּנים האַרט אַקעגן זײער פּנים,
און ד ַײן שטערן האַרט אַקעגן זײער שטערן.
9װי דימענט האַרטער פֿון פֿעלדז,
האָב איך געמאַכט ד ַײן שטערן;
זאָלסט ניט מורא האָבן פֿאַר זײ,
און ניט אַנגסטן פֿאַר זײער פּנים;
װאָרום אַ װידערשפּעניק געזינדל ז ַײנען זײ.