Page 11 - Yekhezkel
P. 11

‫יחזקאל‬

‫‪ 1‬און דו מענטשנקינד‪ ,‬נעם דיר אַ שאַרפֿע שװערד –‬

    ‫פֿאַר אַ גאָלמעסער זאָלסטו זי דיר נעמען‪,‬ה‬

   ‫און אַריבערפֿירן איבער ד ַײן קאָפּ און איבער ד ַײן באָרד;‬
         ‫און זאָלסט דיר נעמען װאָגשאָלן און עס צעטײלן‪.‬‬
              ‫‪ 2‬אַ דריט‪-‬חלק זאָלסטו אין פֿ ַײער פֿאַרברענען‬
                                   ‫אין מיטן פֿון דער שטאָט‪,‬‬
           ‫װען עס װערן פֿול די טעג פֿון דער באַלעגערונג;‬
                           ‫און אַ דריט‪-‬חלק זאָלסטו נעמען‪,‬‬
              ‫און שלאָגן מיט דער שװערד רונד אַרום דעם‪,‬‬
          ‫און אַ דריט‪-‬חלק זאָלסטו צעשפּרײטן פֿאַרן װינט;‬
             ‫און אַ שװערד װעל איך אַרױסצ ִיען הינטער זײ‪.‬‬
            ‫‪ 3‬און זאָלסט נעמען דערפֿון עטלעכע אין צאָל‪,‬‬
                          ‫און זײ א ַײנבינדן אין ד ַײנע ברעגן‪.‬‬
              ‫‪ 4‬און פֿון זײ זאָלסטו װידער נעמען עטלעכע ‪,‬‬
                        ‫און זײ אַר ַײנװאַרפֿן אין מיטן פֿ ַײער‪,‬‬
                              ‫און זײ פֿאַרברענען אין פֿ ַײער;‬
                             ‫דערפֿון װעט אַרױסגײן אַ פֿ ַײער‬
                               ‫אױפֿן גאַנצן הױז פֿון ישׂראל‪.‬‬

                        ‫‪ 5‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
                                          ‫דאָס איז ירושלים;‬

            ‫אין מיטן פֿון די פֿעלקער האָב איך זי באַשטאַט‪,‬‬
                               ‫מיט לענדער רונד אַרום איר‪.‬‬

               ‫‪ 6‬און זי האָט װידערשפּעניקט מ ַײנע געזעצן‬
                           ‫צו טאָן בײז מער פֿון די פֿעלקער‪,‬‬
                                         ‫און מ ַײנע חוקים –‬

                  ‫מער פֿון די לענדער װאָס רונד אַרום איר;‬
                   ‫װאָרום מ ַײנע געזעצן האָבן זײ פֿאַראַכט‪,‬‬
          ‫און מ ַײנע חוקים‪ ,‬אין זײ ז ַײנען זײ ניט געגאַנגען‪.‬‬
                  ‫‪ 7‬דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט‪:‬‬

                                    ‫װ ַײל איר האָט אָנגעגעבן‬
                 ‫מער פֿון די פֿעלקער װאָס רונד אַרום א ַײך;‬

                   ‫אין מ ַײנע חוקים ז ַײט איר ניט געגאַנגען‪,‬‬
                    ‫און מ ַײנע געזעצן האָט איר ניט געטאָן;‬
‫צו מאָל װי די געזעצן פֿון די פֿעלקער װאָס רונד אַרום א ַײך‬

                                      ‫האָט איר ניט געטאָן –‬
   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15   16