Page 15 - Yekhezkel
P. 15
יחזקאל
אױף יעטװעדער הױכן בערגל,
אױף אַלע שפּיצן בערג,
און אונטער יעטװעדער צװ ַײגהאַפֿטיקן בױם,
און אונטער יעטװעדער געדיכטן א ַײכנבױם,
אין דעם אָרט װאָס זײ האָבן דאָרטן געגעבן
אַ געשמאַקן ֵריח צו אַלע זײערע אָפּגעטער.
14און איך װעל אױסשטרעקן מ ַײן האַנט אױף זײ,
און װעל מאַכן דאָס לאַנד אַ װיסט און װיסטעניש
מער פֿון מדבר ִדבֿ ָלה,
אין אַלע זײערע װױנערטער;
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.
1און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
2און דו מענטשנקינד ,אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:ז
אַ ָסוף צו דער ערד פֿון ישׂראל!
געקומען אַ ָסוף אױף די פֿיר עקן פֿון לאַנד.
3אַצונד איז אַ ָסוף אױף דיר,
און איך װעל אָנשיקן מ ַײן צאָרן אױף דיר,
און װעל דיך משפּטן לױט ד ַײנע װעגן,
און פֿאַרגעלטן אױף דיר אַלע ד ַײנע אומװערדיקײטן.
4און מ ַײן אױג װעט דיך ניט שױנען,
און איך װעל ניט דערבאַרימען;
נ ַײערט ד ַײנע װעגן װעל איך פֿאַרגעלטן אױף דיר,
און ד ַײנע אומװערדיקײטן װעלן אין ד ַײן מיט בל ַײבן;
און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה.
5אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
אַן אומגליק ,אַ באַזונדער אומגליק אָט קומט!
6אַ ָסוף איז געקומען,
געקומען דער ָסוף,
ער האָט זיך דערװעקט אױף דיר;
אָט קומט עס!
7געקומען איז די רײ צו דיר,
באַװױנער פֿון לאַנד;
געקומען די צ ַײט,