Page 2 - Yekhezkel
P. 2

‫תּורה נבֿיאים וּכתובֿים‬

              ‫תּרגום י ִידיש פֿון יהואש‬

       ‫ְי ֶחז ֵקאל‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען אין דר ַײסיקסטן יאָר‪ ,‬אין פֿירטן חודש‬

‫אין פֿינפֿטן טאָג פֿון חודש‪ ,‬װען איך בין געװען צװישן דיא‬

‫פֿאַרטריבענע ב ַײם ט ַײך כּבֿר‪ ,‬האָבן זיך געעפֿנט די הימלען‪ ,‬און איך‬
‫האָב געזען זעונגען פֿון גאָט‪ 2 .‬אין פֿינפֿטן טאָג פֿון חודש – דאָס איז‬
‫דאָס פֿינפֿטע יאָר נאָך דעם גלות פֿון מלך יוָיכין – ‪ 3‬איז געװען דאָס‬
‫װאָרט פֿון גאָט צו י ֶחזקאל דעם זון פֿון בוזין‪ ,‬דעם כּהן‪ ,‬אין לאַנד פֿון‬
‫די ַכּשׂדים ב ַײם ט ַײך כּבֿר; און די האַנט פֿון גאָט איז דאָרטן געװען‬

                                                              ‫אױף אים‪.‬‬

‫‪ 4‬און איך האָב געזען‪ ,‬ערשט אַ שטורעמװינט איז אָנגעקומען‬
‫פֿון צפֿון‪ ,‬אַ גרױסער װאָלקן מיט אַ פֿלאַקעריקן פֿ ַײער און אַ ש ַײן‬
‫רונד אַרום אים; און אין מיטן פֿון אים אַזױ װי דער אָנבליק פֿון‬
‫בורשטין – אין מיטן פֿון פֿ ַײער‪ 5 .‬און אין מיטן דערפֿון איז געװען די‬
‫געשטאַלט פֿון פֿיר חיות‪ .‬און דאָס איז געװען זײער אױסזען‪ :‬זײ‬
‫האָבן געהאַט די געשטאַלט פֿון אַ מענטשן‪ 6 .‬און פֿיר פּנימער ז ַײנען‬
‫ב ַײ איטלעכער געװען‪ ,‬און פֿיר פֿליגלען ב ַײ איטלעכער פֿון זײ‪ 7 .‬און‬
‫זײערע פֿיס ז ַײנען געװען גל ַײכע פֿיס‪ ,‬און זײערע פֿוסטריט ז ַײנען‬
‫געװען אַזױ װי דער פֿוסטריט פֿון אַ קאַלב; און זײ האָבן געפֿונקלט‬
‫אַזױ װי בלאַנקע קופּער‪ 8 .‬און הענט פֿון אַ מענטשן ז ַײנען געװען פֿון‬
‫אונטער זײערע פֿליגלען אױף זײערע פֿיר ז ַײטן; און זײערע פּנימער‬
‫און זײערע פֿליגלען ב ַײ זײ פֿירן – ‪ 9‬זײערע פֿליגלען ז ַײנען געװען‬
‫באַהעפֿט אײנער צום אַנדערן – האָבן זיך ניט אומגעדרײט ב ַײ זײער‬
‫גײן; איטלעכע צו דער ז ַײט פֿון איר פּנים ז ַײנען זײ געגאַנגען‪.‬‬
   1   2   3   4   5   6   7