Page 21 - Yekhezkel
P. 21
יחזקאל
געװען ,װי זײ האָבן געשלאָגן ,און איך בין געבליבן אַלײן ,אַזױ בין
איך געפֿאַלן אױף מ ַײן פּנים ,און איך האָב געשר ִיען ,און געזאָגט :װײ,
גאָט דו האַר ,װילסטו אומברענגען דעם גאַנצן איבערבל ַײב פֿון
ישׂראל מיט װאָס דו גיסט אױס ד ַײן גרימצאָרן אױף ירושלים?
9האָט ער צו מיר געזאָגט :די זינד פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל און
יהוּדה איז זײער זײער גרױס ,און דאָס לאַנד איז אָנגעפֿילט מיט
בלוט ,און די שטאָט איז פֿול מיט אומגערעכטיקײט ,װאָרום זײ זאָגן:
פֿאַרלאָזן האָט גאָט דאָס לאַנד ,און גאָט זעט ניט.
10דרום װעט אױך מ ַײן אױג ניט שױנען,
און איך װעל ניט דערבאַרימען;
זײער װעג װעל איך פֿאַרגעלטן אױף זײער קאָפּ.
11ערשט דער מאַן אָנגעטאָן אין ל ַײנען װאָס דער טינטהאָרן איז
געװען אױף ז ַײנע לענדן ,האָט געבראַכט אַן ענטפֿער ,אַזױ צו זאָגן:
איך האָב געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס דו האָסט מיר באַפֿױלן.
1און איך האָב געזען ,ערשט אױף דעם הימל װאָס איבערן קאָפּ
פֿון די כּרובֿים האָט זיך באַװיזן אַזױ װי סאַפּירשטײן ,אַזױ װיי
דאָס אױסזען פֿון דער געשטאַלט פֿון אַ טראָן איבער זײ 2 .און ער
האָט גערעדט צו דעם מאַן װאָס איז געװען אָנגעטאָן אין ל ַײנען ,און
ער האָט געזאָגט :גײ אַר ַײן צװישן די רעדער ,אונטער דעם כּרובֿ ,און
פֿיל אָן ד ַײנע הױפֿנס מיט פֿ ַײערקױלן פֿון צװישן די כּרובֿים ,און טו אַ
װאָרף אױף דער שטאָט .איז ער אַר ַײנגעגאַנגען פֿאַר מ ַײנע אױגן.
3און די כּרובֿים ז ַײנען געשטאַנען רעכטס פֿון הױז ,װען דער
מאַן איז אַר ַײנגעגאַנגען; און אַ װאָלקן האָט אָנגעפֿילט דעם
אינעװײניקסטן הױף 4 .און די פּראַכט פֿון גאָט האָט זיך אױפֿגעהױבן
פֿון איבער דעם כּרובֿ צום שװעל פֿון הױז; און דאָס הױז איז
אָנגעפֿילט געװאָרן מיטן װאָלקן ,און דער הױף איז געװען פֿול מיט
דעם ש ַײן פֿון גאָטס פּראַכט 5 .און דאָס גערױש פֿון די פֿליגלען פֿון
די כּרובֿים האָט זיך געהערט ביזן אױסנװײניקסטן טױער ,אַזױ װי
דער ָקול פֿון גאָט אַלמאַכטיקן ,װען ער רעדט 6 .און עס איז געװען,
װי ער האָט באַפֿױלן דעם מאַן װאָס איז געװען אָנגעטאָן אין ל ַײנען,
אַזױ צו זאָגן :נעם פֿ ַײער פֿון צװישן די רעדער ,פֿון צװישן די כּרובֿים,