Page 26 - Yekhezkel
P. 26

‫יחזקאל‬

   ‫‪ 1‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

 ‫‪ 2‬מענטשנקינד‪ ,‬צװישן אַ װידערשפּעניקן געזינדל זיצסטו‪,‬יב‬
                                ‫װאָס האָבן אױגן צו זען‪ ,‬און זעען ניט‪,‬‬
                            ‫װאָס האָבן אױערן צו הערן‪ ,‬און הערן ניט‪,‬‬
                              ‫װ ַײל אַ װידערשפּעניק געזינדל ז ַײנען זײ‪.‬‬
                       ‫‪ 3‬און דו מענטשנקינד‪ ,‬מאַך דיר װאַנדער‪-‬כּלים‪,‬‬
                         ‫און װאַנדער אױס ב ַײ טאָג פֿאַר זײערע אױגן;‬
                                    ‫און זאָלסט װאַנדערן פֿון ד ַײן אָרט‬
                                 ‫צו אַן אַנדער אָרט פֿאַר זײערע אױגן;‬
                                                ‫אפֿשר װעלן זײ א ַײנזען‬
                                ‫אַז אַ װידערשפּעניק געזינדל ז ַײנען זײ‪.‬‬
                                ‫‪ 4‬און זאָלסט אַרױסטראָגן ד ַײנע כּלים‬
                    ‫אַזױ װי װאַנדער‪-‬כּלים ב ַײ טאָג פֿאַר זײערע אױגן;‬
                ‫און דו זאָלסט אַרױסגײן אין אָװנט פֿאַר זײערע אױגן‪,‬‬
                                      ‫אַזױ װי מע גײט אַרױס אין גלות‪.‬‬
                         ‫‪ 5‬פֿאַר זײערע אױגן גראָב דיר דורך די װאַנט‪,‬‬
                                            ‫און טראָג אַרױס דורך איר‪.‬‬
                     ‫‪ 6‬פֿאַר זײערע אױגן זאָלסטו אױפֿן אַקסל טראָגן‪,‬‬
                        ‫אין שטאָקפֿינצטערניש זאָלסטו אַרױסטראָגן;‬
             ‫ד ַײן פּנים זאָלסטו פֿאַרדעקן‪ ,‬און ניט אָנקוקן דאָס לאַנד;‬
                                ‫װאָרום אַ צײכן האָב איך דיך געמאַכט‬
                                             ‫פֿאַר דעם הױז פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 7‬און איך האָב געטאָן אַזױ װי איך בין באַפֿױלן געװאָרן‪ :‬מ ַײנע כּלים‬
‫האָב איך אַרױסגעטראָגן אַזױ װי װאַנדער‪-‬כּלים ב ַײ טאָג‪ ,‬און אין‬
‫אָװנט האָב איך מיר דורך‪-‬געגראָבן די װאַנט מיט דער האַנט; אין‬
‫שטאָקפֿינצטערניש האָב איך אַרױסגעטראָגן; אױפֿן אַקסל האָב איך‬

                                            ‫געטראָגן פֿאַר זײערע אױגן‪.‬‬

‫‪ 8‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר אין דער פֿרי‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

      ‫‪ 9‬מענטשנקינד‪ ,‬האָבן ניט געזאָגט צו דיר דאָס הױז פֿון ישׂראל‪,‬‬
                          ‫דאָס װידערשפּעניקע געזינדל‪ :‬װאָס טוסטו?‬

                      ‫‪ 10‬זאָג צו זײ‪ :‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
                ‫די דאָזיקע נבֿואה איז אױף דעם פֿירשט אין ירושלים‪,‬‬

                                  ‫און אױף דעם גאַנצן הױז פֿון ישׂראל‬
   21   22   23   24   25   26   27   28   29   30   31