Page 23 - Yekhezkel
P. 23
יחזקאל
און איך האָב דערקענט אַז דאָס ז ַײנען כּרובֿים 21 .צו פֿיר ,צו פֿיר
פּנימער ז ַײנען ב ַײ איטלעכן געװען ,און פֿיר פֿליגלען ב ַײ איטלעכן,
און די געשטאַלט פֿון הענט פֿון אַ מענטשן אונטער זײערע פֿליגלען.
22און די געשטאַלט פֿון זײערע פּנימער :דאָס ז ַײנען געװען די
פּנימער װאָס איך האָב געזען ב ַײם ט ַײך כּבֿר ,זײער אױסזען און זײ
גופֿא .איטלעכער צו דער ז ַײט פֿון ז ַײן פּנים ז ַײנען זײ געגאַנגען.
1און אַ װינט האָט מיך אױפֿגעהױבן ,און האָט מיך געבראַכט
צו דעם מזרח-טױער פֿון גאָטס הױז װאָס איז געקערט צויא
מזרח; ערשט אין דעם א ַײנגאַנג פֿון טױער ז ַײנען פֿינף און צװאַנציק
מאַן; און איך האָב געזען צװישן זײ ַיאַַזנָיה דעם זון פֿון ַעזורן ,און
פּלטָיהו דעם זון פֿון בָנָיהוּן ,די האַרן פֿון פֿאָלק 2 .און ער האָט צו
מיר געזאָגט:
מענטשנקינד ,דאָס ז ַײנען די מענער װאָס טראַכטן אומרעכט,
און ֵעצהן בײזע עצות אין דער דאָזיקער שטאָט;
3װאָס זאָגן :ניט אַזױ באַלד!
מע װעט נאָך בױען ה ַײזער!
זי איז דער טאָפּ,
און מיר ז ַײנען דאָס פֿלײש.
4דרום זאָג נבֿיאות אױף זײ,
זאָג נבֿיאות ,דו מענטשנקינד.
5און דער ג ַײסט פֿון גאָט איז געפֿאַלן אױף מיר ,און ער האָט צו מיר
געזאָגט:
זאָג :אַזױ האָט גאָט געזאָגט:
אַזױ האָט איר געזאָגט ,הױז פֿון ישׂראל,
און װאָס א ַײך קומט אױפֿן זינען דאָס װײס איך.
6איר האָט געמערט א ַײערע דערשלאָגענע
אין דער דאָזיקער שטאָט,
און אָנגעפֿילט אירע גאַסן מיט דערשלאָגענע.
7דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:
א ַײערע דערשלאָגענע װאָס איר האָט אַװעקגעלײגט אין איר,
זײ ז ַײנען דאָס פֿלײש ,און זי איז דער טאָפּ,