Page 25 - Yekhezkel
P. 25
יחזקאל
17דרום זאָג :אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
יאָ ,איך װעל א ַײך א ַײנזאַמלען פֿון די אומות,
און װעל א ַײך צונױפֿקל ַײבן פֿון די לענדער
װאָס איר ז ַײט צעשפּרײט געװאָרן אין זײ,
און איך װעל א ַײך געבן די ערד פֿון ישׂראל.
18און זײ װעלן קומען אַהין,
און װעלן אָפּטאָן אַלע אירע מיאוסקײטן
און אַלע אירע אומװערדיקײטן פֿון איר.
19און איך װעל זײ געבן אײן האַרץ,
און אַ נ ַײ געמיט װעל איך אַר ַײנגעבן אין א ַײך;
און איך װעל אָפּטאָן דאָס האַרץ פֿון שטײן פֿון זײער ל ַײב,
און װעל זײ געבן אַ האַרץ פֿון פֿלײש;
20כּדי זײ זאָלן גײן אין מ ַײנע חוקים,
און מ ַײנע געזעצן זאָלן זײ היטן און זײ טאָן;
און זײ װעלן מיר ז ַײן צום פֿאָלק,
און איך װעל זײ ז ַײן צום גאָט.
21און די װאָס זײער האַרץ גײט נאָך דעם האַרצן
פֿון זײערע מיאוסקײטן און זײערע אומװערדיקײטן,
װעל איך זײער װעג אױף זײער קאָפּ פֿאַרגעלטן,
זאָגט גאָט דער האַר.
22און די כּרובֿים האָבן אױפֿגעהױבן זײערע פֿליגלען ,און די רעדער
באַגל ַײך מיט זײ; און די פּראַכט פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל איז געװען
איבער זײ פֿון אױבן 23 .און די פּראַכט פֿון גאָט האָט זיך אױפֿגעהױבן
פֿון איבערן מיטן שטאָט ,און האָט זיך געשטעלט אױף דעם באַרג
װאָס אין מזרח פֿון שטאָט 24 .און אַ װינט האָט מיך אױפֿגעהױבן,
און האָט מיך געבראַכט קײן ַכּשׂדים צו די פֿאַרטריבענע ,אין אַ זעונג,
מיט דעם ג ַײסט פֿון גאָט .און די זעונג װאָס איך האָב געזען ,האָט זיך
אױפֿגעהױבן פֿון מיר 25 .און איך האָב גערעדט צו די פֿאַרטריבענע
אַלע װערטער פֿון גאָט װאָס ער האָט מיר באַװיזן.