Page 24 - Yekhezkel
P. 24
יחזקאל
אָבער א ַײך װעט מען אַרױסצִיען פֿון איר.
8פֿאַר דער שװערד האָט איר מורא געהאַט,
און אַ שװערד װעל איך ברענגען אױף א ַײך,
זאָגט גאָט דער האַר.
9און איך װעל א ַײך אַרױסצ ִיען פֿון איר מיט,
און װעל א ַײך געבן אין דער האַנט פֿון פֿרעמדע,
און װעל טאָן אױף א ַײך אַ משפּט.
10דורך דער שװערד װעט איר פֿאַלן;
אױפֿן געמאַרק פֿון ישׂראל װעל איך א ַײך משפּטן;
און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה.
11זי װעט א ַײך ניט ז ַײן צום טאָפּ,
אָבער איר װעט ז ַײן אין איר צו פֿלײש;
ב ַײם געמאַרק פֿון ישׂראל װעל איך א ַײך משפּטן.
12און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה,
װאָס אין מ ַײנע חוקים ז ַײט איר ניט געגאַנגען,
און מ ַײנע געזעצן האָט איר ניט געטאָן,
נ ַײערט אַזױ װי די געזעצן פֿון די פֿעלקער
װאָס רונד אַרום א ַײך האָט איר געטאָן.
13און עס איז געװען ,װי איך האָב נבֿיאות געזאָגט ,אַזױ איז פּלטָיה
דער זון פֿון בָנָיהוּן געשטאָרבן; בין איך געפֿאַלן אױף מ ַײן פּנים ,און
איך האָב געשר ִיען אױף אַ הױכן ָקול ,און האָב געזאָגט :װײ ,גאָט דו
האַר ,װילסטו אַ פֿאַרלענדונג מאַכן פֿון דעם איבערבל ַײב פֿון ישׂראל?
14איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
15מענטשנקינד ,ד ַײנע ברידער ,ד ַײנע ברידער,
די מענטשן פֿון ד ַײן קרובֿהשאַפֿט,
און דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל אין גאַנצן,
װאָס די באַװױנער פֿון ירושלים האָבן צו זײ געזאָגט:
ז ַײט דערװ ַײטערט פֿון גאָט!
דאָס איז אונדז דאָס לאַנד געגעבן געװאָרן פֿאַר אַ ירושה –
16דרום זאָגט :אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
הגם איך האָב זײ דערװ ַײטערט צװישן די פֿעלקער,
און הגם איך האָב זײ צעשפּרײט אין די לענדער,
בין איך זײ אָבער פֿאַר אַ קלײן הײליקטום
אין די לענדער װאָס זײ ז ַײנען געקומען אַהין.