Page 72 - Yekhezkel
P. 72

‫יחזקאל‬

                        ‫‪ 12‬אַזױ האָט געזאָגט דער האַר‪:‬‬
        ‫װ ַײל אדום איז זיך באַגאַנגען מיט נקמה‪-‬נעמונג‬

                             ‫אַקעגן דעם הױז פֿון יהוּדה‪,‬‬
                ‫און זײ האָבן זיך שולדיק פֿאַרשולדיקט‪,‬‬

                              ‫און זיך נוקם געװען אָן זײ‪,‬‬
             ‫‪ 13‬דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט‪:‬‬
         ‫איך װעל אױסשטרעקן מ ַײן האַנט אױף אדום‪,‬‬
      ‫און װעל פֿאַרשנ ַײדן פֿון איר מענטשן און בהמות‪,‬‬
      ‫און װעל זי מאַכן אַ װיסטעניש פֿון ֵתּי ָמן ביז ד ָדן;‬

                           ‫דורכן שװערד װעלן זײ פֿאַלן‪.‬‬
        ‫‪ 14‬און איך װעל ברענגען מ ַײן נקמה אױף אדום‬

                 ‫דורך דער האַנט פֿון מ ַײן פֿאָלק ישׂראל‪,‬‬
                              ‫און זײ װעלן טאָן צו אדום‬

                ‫לױט מ ַײן כּעס און לױט מ ַײן גרימצאָרן;‬
                         ‫און זײ װעלן שפּירן מ ַײן נקמה‪,‬‬
                                    ‫זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬

                   ‫‪ 15‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
      ‫װ ַײל די פּ ִלשתּים ז ַײנען זיך באַגאַנגען מיט נקמה‪,‬‬
‫און האָבן נקמה גענומען מיט פֿאַראַכטונג פֿון דער זעל‪,‬‬

                   ‫אומצוברענגען‪ ,‬פֿון אײביקער שׂנאה‪,‬‬
             ‫‪ 16‬דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט‪:‬‬
     ‫זע‪ ,‬איך שטרעק אױס מ ַײן האַנט אױף די פּ ִלשתּים‪,‬‬

                         ‫און װעל פֿאַרשנ ַײדן די כּ ֵרתים‪,‬‬
            ‫און װעל אונטערברענגען דעם איבערבל ַײב‬

                                 ‫פֿון דעם באָרטן פֿון ים‪.‬‬
           ‫‪ 17‬און איך װעל טאָן אױף זײ גרױסע נקמות‬

                            ‫מיט שטראָפֿן פֿון גרימצאָרן;‬
                     ‫און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה‪,‬‬
                     ‫װען איך ברענג מ ַײן נקמה אױף זײ‪.‬‬
   67   68   69   70   71   72   73   74   75   76   77