Page 74 - Yekhezkel
P. 74
יחזקאל
און ד ַײנע טורעמס װעט ער צעברעכן
מיט די העק ז ַײנע.
10פֿון דער פֿילקײט פֿון ז ַײנע פֿערד,
װעט דיך זײער שטױב פֿאַרדעקן;
פֿון גערױש פֿון ר ַײטער,
און רעדער און ר ַײטװעגן,
װעלן ציטערן ד ַײנע מױערן,
װען ער קומט אין ד ַײנע טױערן,
װי מע קומט אין אַן א ַײנגעבראָכענער שטאָט;
11מיט די קלױען פֿון ז ַײנע פֿערד
װעט ער צעטרעטן אַלע ד ַײנע גאַסן;
ד ַײן פֿאָלק װעט ער מיטן שװערד אױסהרגען.
און ד ַײנע שטאַרקע ז ַײלשטײנער
װעלן צו דער ערד נידערן.
12און זײ װעלן ראַבעװען ד ַײן פֿאַרמעג,
און רױבן ד ַײן סחורה;
און זײ װעלן צעשטערן ד ַײנע מױערן,
און ד ַײנע גלוסטיקע ה ַײזער װעלן זײ צעברעכן;
און ד ַײנע שטײנער און ד ַײנע האָלצן און ד ַײן ערד
װעלן זײ אין מיטן װאַסער אַהינטאָן.
13און איך װעל מאַכן אױפֿהערן
דעם טומל פֿון ד ַײנע געזאַנגען,
און דער ָקול פֿון ד ַײנע האַרפֿן
װעט מער ניט געהערט װערן.
14און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ גלאַטן פֿעלדז,
אױף אױסשפּרײטן נעצן װעסטו ז ַײן;
װעסט מער ניט אָפּגעבױט װערן;
װאָרום איך יהוה האָב גערעדט ,זאָגט גאָט דער האַר.
15אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר צו צור:
פֿאַר װאָר פֿון דעם קלאַפּ פֿון ד ַײן פֿאַלן,
װען דערשלאָגענע קרעכצן,
װען הרוּגים װערן געהרגעט אין דיר,
װעלן ציטערן די אינדזלען.
16און נידערן פֿון זײערע טראָנען
װעלן אַלע פֿירשטן פֿון ים,