Page 75 - Yekhezkel
P. 75

‫יחזקאל‬

               ‫און זײ װעלן אױסטאָן זײערע מאַנטלען‪,‬‬
  ‫און זײערע געשטיקטע קלײדער װעלן זײ אַראָפּצ ִיען;‬

                            ‫ציטערניש װעלן זײ אָנטאָן‪,‬‬
                           ‫אױף דער ערד װעלן זײ זיצן‪,‬‬
                    ‫און אױפֿציטערן װעלן זײ אַלע רגע‪,‬‬
                      ‫און באַנומען װערן פֿון װעגן דיר‪.‬‬
          ‫‪ 17‬און זײ װעלן אױפֿהײבן אױף דיר אַ קלאָג‪,‬‬

                                 ‫און װעלן זאָגן צו דיר‪:‬‬
   ‫װי ביסטו אונטערגעגאַנגען‪ ,‬דו באַזעצטע ב ַײ ימען‪,‬‬

                                    ‫דו גערימטע שטאָט‪,‬‬
                     ‫װאָס איז געװען שטאַרק אױפֿן ים‪,‬‬

                                 ‫זי און אירע באַװױנער‪,‬‬
                      ‫װאָס האָבן געװאָרפֿן זײער שרעק‬
                    ‫אױף אַלע באַװױנער פֿון דער ערד !‬

                         ‫‪ 18‬אַצונד ציטערן די אינדזלען‬
                                 ‫אין טאָג פֿון ד ַײן פֿאַלן;‬

                           ‫יאָ‪ ,‬די אינדזלען װאָס אין ים‬
                   ‫ז ַײנען דערשראָקן פֿון ד ַײן אױסלאָזן‪.‬‬
          ‫‪ 19‬װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
               ‫װען איך מאַך דיך אַ פֿאַרװיסטע שטאָט‪,‬‬
                    ‫װי שטעט װאָס װערן ניט באַװױנט‪,‬‬
                  ‫װען איך ברענג‪-‬אױף דיר דעם תּ ָהום‪,‬‬
            ‫און די גרױסע װאַסערן װעלן דיך באַדעקן‪,‬‬
 ‫‪ 20‬װעל איך דיך נידערן מיט די גענידערטע אין גרוב‪,‬‬

                         ‫מיט דעם פֿאָלק פֿון פֿאַרצ ַײטן‪,‬‬
            ‫און איך װעל דיך באַזעצן אין אונטערערד‪,‬‬

                           ‫װי די חורבֿות פֿון פֿאַרצ ַײטן‪,‬‬
                           ‫מיט די גענידערטע אין גרוב‪,‬‬
                     ‫כּדי דו זאָלסט ניט באַזעצט װערן;‬
‫און איך װעל געבן פּראַכט אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע‪.‬‬

             ‫‪ 21‬פֿאַר אַ שרעקעניש װעל איך דיך מאַכן‪,‬‬
                               ‫און װעסט מער ניט ז ַײן‪,‬‬
                               ‫און װעסט געזוכט װערן‪,‬‬

              ‫און מער ניט געפֿונען װערן אױף אײביק‪,‬‬
                                   ‫זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬
   70   71   72   73   74   75   76   77   78   79   80