Page 80 - Yekhezkel
P. 80

‫יחזקאל‬

‫‪ 1‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

     ‫‪ 2‬מענטשנקינד‪ ,‬זאָג צו דעם פֿירשט פֿון צור‪:‬כח‬
                                    ‫אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
                                  ‫װ ַײל ד ַײן האַרץ האָט זיך דערהױבן‪,‬‬
                              ‫און דו האָסט געזאָגט‪ :‬אַ גאָט בין איך‪,‬‬
                                     ‫די זיצונג פֿון געטער טו איך זיצן‬
                                              ‫אין האַרצן פֿון די ימען;‬
                            ‫און ביסט דאָך אַ מענטש און ניט אַ גאָט‪,‬‬
          ‫נאָר האָסט געמאַכט ד ַײן האַרץ װי דאָס האַרץ פֿון אַ גאָט‪:‬‬

                                  ‫‪ 3‬ביסט דאָך מער חכם פֿון דניאלן‪,‬‬
                ‫קײן פֿאַרבאָרגעניש האָט מען פֿון דיר ניט פֿאַרהױלן!‬

                           ‫‪ 4‬מיט ד ַײן גרױס חכמה און מיט ד ַײן שׂכל‬
                                 ‫האָסטו דיר אָנגעשאַפֿט אַ פֿאַרמעג‪,‬‬

                ‫און אָנגעשאַפֿט גאָלד און זילבער אין ד ַײנע אוֹצרות‪.‬‬
                            ‫‪ 5‬מיט ד ַײן גרױס חכמה‪ ,‬מיט ד ַײן האַנדל‪,‬‬
                                       ‫האָסטו געמערט ד ַײן פֿאַרמעג!‬

           ‫און ד ַײן האַרץ האָט זיך דערהױבן פֿון װעגן ד ַײן פֿאַרמעג‪.‬‬
                           ‫‪ 6‬דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט‪:‬‬

      ‫װ ַײל דו האָסט געמאַכט ד ַײן האַרץ װי דאָס האַרץ פֿון אַ גאָט‪,‬‬
                            ‫‪ 7‬דרום זע‪ ,‬איך ברענג אױף דיר פֿרעמדע‪,‬‬
                                    ‫די פֿאָרכטיקסטע פֿון די פֿעלקער;‬
                             ‫און זײ װעלן אַרױסצ ִיען זײערע שװערדן‬
                                              ‫אױף ד ַײן שײנער חכמה‪,‬‬
                                 ‫און זײ װעלן פֿאַרשװעכן ד ַײן גלאַנץ‪.‬‬
                                      ‫‪ 8‬אין גרוב װעלן זײ דיך נידערן‪,‬‬

              ‫און דעם טױט פֿון אַ דערשלאָגענעם װעסטו שטאַרבן‪,‬‬
                                              ‫אין האַרצן פֿון די ימען‪.‬‬

                                ‫‪ 9‬װעסטו דען זאָגן פֿאַר ד ַײן טײטער‪:‬‬
                                                      ‫אַ גאָט בין איך?‬

                           ‫װען אַ מענטש און ניט אַ גאָט װעסטו ז ַײן‬
                                 ‫אין דער האַנט פֿון ד ַײן דערשלאָגער‪.‬‬

                 ‫‪ 10‬דעם טױט פֿון אומבאַשניטענע װעסטו שטאַרבן‪,‬‬
                                        ‫דורך דער האַנט פֿון פֿרעמדע;‬
                                           ‫װאָרום איך האָב גערעדט‪,‬‬
                                                 ‫זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬
   75   76   77   78   79   80   81   82   83   84   85