Page 82 - Yekhezkel
P. 82
יחזקאל
און איך האָב דיך געמאַכט צו אַש אױף דער ערד,
פֿאַר די אױגן פֿון אַלע װאָס זעען דיך.
19אַלע װאָס קענען דיך צװישן די פֿעלקער
װערן באַנומען איבער דיר;
אַ שרעקעניש ביסטו געװאָרן,
און ביסט אױף אײביק ניטאָ.
20און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
21מענטשנקינד ,טו ד ַײן פּנים צו צידון,
און זאָג נבֿיאות אױף איר;
22און זאָלסט זאָגן :אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
זע ,איך קום אױף דיר ,צידון,
און איך װעל געערלעכט װערן צװישן דיר;
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה,
װען איך טו אַ משפּט אין איר,
און איך װעל געהײליקט װערן אין איר.
23און איך װעל אָנשיקן אױף איר פּעסט
און בלוט אין אירע גאַסן,
און דערשלאָגענע װעלן פֿאַלן אין איר מיט
פֿון דער שװערד װאָס אױף איר פֿון רונד אַרום;
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.
24און מער װעט ניט ז ַײן פֿאַר דעם הױז פֿון ישׂראל
אַ שטעכיק װילדגעװעקס ,און אַ שמאַרציקער דאָרן,
פֿון אַלע זײערע אַרומיקע װאָס פֿאַראַכטן זײ;
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין גאָט יהוה.
25אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
װען איך זאַמל א ַײן דאָס הױז פֿון ישׂראל
פֿון די אומות װאָס זײ ז ַײנען צעשפּרײט געװאָרן ציװשן זײ,
װעל איך געהײליקט װערן דורך זײ
אין די אױגן פֿון די פֿעלקער;
26און זײ װעלן זיצן אױף זײער ערד
װאָס איך האָב געגעבן צו מ ַײן קנעכט ,צו יעקבֿן.
און זײ װעלן זיצן אױף איר אין זיכערקײט,
און זײ װעלן בױען ה ַײזער ,און פֿלאַנצן װ ַײנגערטנער;