Page 86 - Yekhezkel
P. 86

‫יחזקאל‬

‫‪ 1‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

     ‫‪ 2‬מענטשנקינד‪ ,‬זאָג נבֿיאות‪ ,‬און זאָלסט זאָגן‪:‬ל‬
                               ‫אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
                                  ‫יאָמערט‪ :‬װײ איבער דעם טאָג!‬
                                    ‫‪ 3‬װאָרום נאָנט איז דער טאָג‪,‬‬
                                ‫יאָ‪ ,‬נאָנט איז דער טאָג פֿון גאָט;‬
                                               ‫אַ טאָג פֿון װאָלקן‪,‬‬
                    ‫די שטראָפֿצ ַײט פֿון די פֿעלקער װעט עס ז ַײן‪.‬‬
                       ‫‪ 4‬און אַ שװערד װעט קומען אױף מצ ַר ִים‪,‬‬
                             ‫און אַ ציטערניש װעט ז ַײן אין כּוּש‪,‬‬
                            ‫װען דערשלאָגענע פֿאַלן אין מצ ַר ִים;‬
                            ‫און מע װעט אַװעקנעמען איר שפֿע‪,‬‬
                  ‫און אירע גרונטפֿעסטן װעלן צעשטערט װערן‪.‬‬
                                        ‫‪ 5‬כּוּש‪ ,‬און פּוּט‪ ,‬און לוד‪,‬‬
                           ‫און אַלע געמישטע פֿעלקער‪ ,‬און כּוּבֿ‪,‬‬
                          ‫און די קינדער פֿון דעם לאַנד פֿון בונד‪,‬‬
                               ‫װעלן מיט זײ דורכן שװערד פֿאַלן‪.‬‬

                                        ‫‪ 6‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬
                  ‫פֿאַלן װעלן אױך די אונטערלענער פֿון מצ ַר ִים‪,‬‬

                          ‫און נידערן װעט איר שטאָלצע מאַכט;‬
      ‫פֿון ִמגדול ביז סֵוֵנה װעלן זײ פֿאַלן דורכן שװערד אין איר‪,‬‬

                                             ‫זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬
      ‫‪ 7‬און זײ װעלן פֿאַרװיסט ז ַײן צװישן פֿאַרװיסטע לענדער‪,‬‬

                 ‫און ז ַײנע שטעט װעלן ז ַײן צװישן חרבֿע שטעט‪.‬‬
                           ‫‪ 8‬און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה‪,‬‬
                               ‫װען איך מאַך אַ פֿ ַײער אין מצ ַר ִים‪,‬‬

                  ‫און אַלע אירע העלפֿער װעלן צעבראָכן װערן‪.‬‬
   ‫‪ 9‬אין יענעם טאָג װעלן שלוחים אַרױסגײן פֿון איר אין שיפֿן‪,‬‬

                                   ‫אױפֿצושרעקן כּוּש די זיכערע;‬
       ‫און אַ ציטערניש װעט ז ַײן ב ַײ זײ װי אין טאָג פֿון מצ ַר ִים;‬

                                           ‫װאָרום זע‪ ,‬עס קומט!‬

                            ‫‪ 10‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
                ‫איך װעל אױך פֿאַרטיליקן דעם המון פֿון מצ ַר ִים‪,‬‬
             ‫דורך דער האַנט פֿון נבֿו ַכד ֶרא ַצר דעם מלך פֿון ָבבֿל‪.‬‬
   81   82   83   84   85   86   87   88   89   90   91