Page 88 - Yekhezkel
P. 88
יחזקאל
20און עס איז געװען אין עלפֿטן יאָר ,אין ערשטן חודש ,אין זיבעטן
טאָג פֿון חודש ,איז געװען דאָס װאָרט פֿון גאָט צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
21מענטשנקינד ,איך האָב צעבראָכן דעם אָרעם
פֿון פּרעה דעם מלך פֿון מצ ַר ִים,
און זע ,ער איז ניט פֿאַרבונדן געװאָרן
צו ברענגען אַ רפֿואה דורך אַרױפֿטאָן אַ װיקלבאַנד,
אים צו פֿאַרבינדן ,ער זאָל װערן שטאַרק
צו האַלטן אַ שװערד.
22פֿאַר װאָר ,אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
זע ,איך קום צו פּרעה דעם מלך פֿון מצ ַר ִים,
און װעל צעברעכן ז ַײנע אָרעמס,
דעם געזונטן ,און דעם צעבראָכענעם;
און איך װעל מאַכן אַרױספֿאַלן די שװערד פֿון ז ַײן האַנט.
23און איך װעל צעשפּרײטן מצ ַר ִים צװישן די פֿעלקער,
און װעל זײ צעװאַרפֿן אין די לענדער.
24און איך װעל שטאַרקן די אָרעמס פֿון דעם מלך פֿון ָבבֿל.
און װעל געבן מ ַײן שװערד אין ז ַײן האַנט;
און איך װעל צעברעכן די אָרעמס פֿון פּרעהן,
און ער װעט קרעכצן פֿאַר אים
קרעכצן פֿון אַ דערשטאָכענעם.
25און איך װעל שטאַרקן די אָרעמס פֿון דעם מלך פֿון ָבבֿל,
און די אָרעמס פֿון פּרעהן װעלן אַראָפּפֿאַלן;
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה,
װען איך גיב מ ַײן שװערד אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון ָבבֿל,
און ער װעט זײ אױסשטרעקן קעגן לאַנד מצ ַר ִים.
26און איך װעל צעשפּרײטן מצ ַר ִים צװישן די פֿעלקער,
און װעל זײ צעװאַרפֿן אין די לענדער;
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.
1און עס איז געװען אין עלפֿטן יאָר ,אין דריטן חודש ,אין
ערשטן טאָג פֿון חודש ,איז געװען דאָס װאָרט פֿון גאָט צולא
מיר ,אַזױ צו זאָגן: