Page 90 - Yekhezkel
P. 90
יחזקאל
9שײן האָב איך אים געמאַכט
מיט ז ַײנע פֿיל צװ ַײגן,
און אים האָבן מקנא געװען
אַלע בײמער פֿון עדן װאָס אין גאָרטן פֿון גאָט.
10דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:
װ ַײל דו ביסט געװען הױך אין װוּקס;
און ער האָט אױסגעשטרעקט ז ַײן שפּיץ פֿון צװישן געדיכטענישן,
און ז ַײן האַרץ האָט זיך דערהױבן פֿון װעגן ז ַײן הײך,
11דרום װעל איך אים געבן אין דער האַנט
פֿון דעם מאַכטיקסטן פֿון די פֿעלקער;
רעכענען װעט ער זיך רעכענען מיט אים;
פֿאַר ז ַײן שלעכטיקײט טו איך אים פֿאַרטר ַײבן.
12און אים שנ ַײדן אָפּ פֿרעמדע,
די פֿאָרכטיקסטע פֿון די פֿעלקער,
און זײ װאַרפֿן אים אַװעק;
אױף אַלע בערג און אין אַלע טאָלן
פֿאַלן ז ַײנע צװ ַײגן,
און ז ַײנע ריטער ליגן צעבראָכן
אין אַלע גראָבנס פֿון דער ערד;
און אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד
נידערן פֿון ז ַײן שאָטן ,און פֿאַרלאָזן אים.
13אױף ז ַײן געפֿאַלענעם שטאַם רוען אַלע פֿױגלען פֿון הימל,
און אױף ז ַײנע ריטער ז ַײנען אַלע חיות פֿון פֿעלד;
14כּדי קײן בײמער ב ַײם װאַסער
זאָלן זיך ניט גרײסן מיט זײער װוּקס,
און ניט אױסשטרעקן זײער שפּיץ פֿון צװישן געדיכטענישן;
און עס זאָלן ניט שטײן אין זײער הײך זײערע מאַכטיקע,
אַלע אָנגעטרונקענע מיט װאַסער;
װאָרום זײ אַלע ז ַײנען איבערגעגעבן געװאָרן צום טױט,
צו דער אונטערשטער ערד ,צװישן די קינדער פֿון מענטשן,
צו די גענידערטע אין גרוב.
15אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
אין דעם טאָג װאָס ער האָט גענידערט אין אונטערערד,
האָב איך געמאַכט טרױערן ,האָב איך צוגעדעקט
דעם תּ ָהום װעגן אים,
און איך האָב פֿאַרמיטן ז ַײנע ט ַײכן,