Page 94 - Yekhezkel
P. 94

‫יחזקאל‬

                                   ‫רונד אַרום איר אירע קבֿרים;‬
                      ‫אַלע דערשלאָגענע‪ ,‬געפֿאַלן פֿון שװערד –‬
    ‫‪ 23‬װאָס אירע קבֿרים ז ַײנען פֿאַרלײגט אין די עקן פֿון גרוב‪,‬‬
                      ‫און איר געזעמל איז רונד אַרום איר קבֿר;‬

                        ‫אַלע דערשלאָגענע‪ ,‬געפֿאַלן פֿון שװערד‪,‬‬
                                ‫װאָס האָבן אָנגעװאָרפֿן אַ שרעק‬
                                     ‫אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע‪.‬‬

                       ‫‪ 24‬דאָרטן איז ֵא ֶלם מיט איר גאַנצן המון‬
                                            ‫רונד אַרום איר קבֿר;‬

                        ‫אַלע דערשלאָגענע‪ ,‬געפֿאַלן פֿון שװערד‪,‬‬
                          ‫װאָס האָבן גענידערט אומבאַשניטענע‬
                                    ‫אין דער אונטערשטער ערד‪,‬‬
                            ‫װאָס האָבן אָנגעװאָרפֿן זײער שרעק‬
                                     ‫אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע‪,‬‬
                                       ‫און זײ טראָגן זײער שאַנד‬
                                    ‫מיט די גענידערטע אין גרוב‪.‬‬

     ‫‪ 25‬צװישן דערשלאָגענע האָט מען איר אַ געלעגער געגעבן‬
                                           ‫מיט איר גאַנצן המון;‬

                                   ‫רונד אַרום איר אירע קבֿרים;‬
                  ‫אַלע אומבאַשניטענע‪ ,‬דערשלאָגן פֿון שװערד;‬

                       ‫װ ַײל זײער שרעק איז געװען אָנגעװאָרפֿן‬
                                     ‫אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע‪,‬‬
                                     ‫דרום טראָגן זײ זײער שאַנד‬
                                   ‫מיט די גענידערטע אין גרוב;‬

                 ‫צװישן געשלאָגענע ז ַײנען זײ געלײגט געװאָרן‪.‬‬
               ‫‪ 26‬דאָרטן איז ֶמ ֶשך‪ ,‬תּובֿל מיט איר גאַנצן המון;‬

                                   ‫רונד אַרום איר אירע קבֿרים;‬
                  ‫אַלע אומבאַשניטענע‪ ,‬דערשלאָגן פֿון שװערד;‬

                         ‫װ ַײל זײ האָבן אָנגעװאָרפֿן זײער שרעק‬
                                     ‫אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע‪.‬‬

                   ‫‪ 27‬און די געפֿאַלענע פֿון די אומבאַשניטענע‬
                                  ‫װעלן ניט ליגן מיט די גיבורים‬

‫װאָס האָבן גענידערט אין אונטערערד מיט זײערע כּלי‪-‬מלחמה‪,‬‬
   ‫און זײערע שװערדן האָט מען געלײגט אונטער זײערע קעפּ;‬
                    ‫װאָרום זײערע זינד ז ַײנען אױף זײער געבײן‪,‬‬
                                 ‫װ ַײל דער שרעק פֿון די גיבורים‬
   89   90   91   92   93   94   95   96   97   98   99