Page 92 - Yekhezkel
P. 92

‫יחזקאל‬

                ‫און מיט ד ַײנע פֿיס האָסטו די װאַסערן צעמישט‪,‬‬
                                    ‫און צעקױטיקט זײערע ט ַײכן‪.‬‬

                             ‫‪ 3‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
                 ‫דרום װעל איך אױסשפּרײטן אױף דיר מ ַײן נעץ‪,‬‬

                           ‫מיט אַן א ַײנזאַמלונג פֿון פֿיל פֿעלקער‪,‬‬
                ‫און זײ װעלן דיך אױפֿברענגען אין מ ַײן פֿאַנגנעץ‪.‬‬
                 ‫‪ 4‬און איך װעל דיך אַװעקװאַרפֿן אױף דער ערד‪,‬‬
               ‫אױפֿן פֿר ַײען פֿעלד װעל איך דיך אַװעקשל ַײדערן;‬
       ‫און איך װעל מאַכן רוען אױף דיר אַלע פֿױגלען פֿון הימל‪,‬‬
              ‫און װעל אָנזעטן מיט דיר אַלע חיות פֿון דער ערד‪.‬‬
              ‫‪ 5‬און איך װעל אַהינטאָן ד ַײן פֿלײש אױף די בערג‪,‬‬
               ‫און װעל אָנפֿילן די טאָלן מיט ד ַײן װערעמדיקײט‪.‬‬
        ‫‪ 6‬און איך װעל אָנטרינקען דאָס לאַנד מיט ד ַײן אײטער‪,‬‬

                                      ‫מיט ד ַײן בלוט ביז די בערג;‬
                  ‫און די גראָבנס װעלן אָנגעפֿילט װערן מיט דיר‪.‬‬
     ‫‪ 7‬און װען איך לעש דיך אױס‪ ,‬װעל איך צודעקן די הימלען‪,‬‬

                         ‫און װעל פֿינצטער מאַכן זײערע שטערן;‬
                     ‫די זון‪ ,‬זי װעל איך מיט אַ װאָלקן פֿאַרדעקן‪,‬‬

                         ‫און די לבֿנה װעט ניט ל ַײכטן איר ליכט‪.‬‬
                              ‫‪ 8‬אַלע ליכטיקע ליכטער אין הימל‪,‬‬

                         ‫זײ װעל איך מאַכן פֿינצטער איבער דיר‪,‬‬
                      ‫און איך װעל געבן אַ חושך אױף ד ַײן לאַנד‪,‬‬

                                             ‫זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬
       ‫‪ 9‬און איך װעל פֿאַראומערן דאָס האַרץ פֿון פֿיל פֿעלקער‪,‬‬

                   ‫װען איך ברענג ד ַײן בראָך צװישן די פֿעלקער‪,‬‬
                             ‫אין לענדער װאָס דו קענסט זײ ניט‪.‬‬

   ‫‪ 10‬און איך װעל מאַכן באַנומען װערן װעגן דיר פֿיל פֿעלקער‪,‬‬
          ‫און זײערע מלכים װעלן שױדערן אַ שױדער װעגן דיר‪,‬‬
                     ‫װען איך פֿאָך מ ַײן שװערד פֿאַר זײער פּנים;‬
                                   ‫און זײ װעלן ציטערן אַלע רגע‪,‬‬
                                       ‫איטלעכער פֿאַר ז ַײן לעבן‪,‬‬
                                           ‫אין טאָג פֿון ד ַײן פֿאַלן‪.‬‬
                    ‫‪ 11‬װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
         ‫די שװערד פֿון דעם מלך פֿון ָבבֿל װעט קומען אױף דיר‪.‬‬

‫‪ 12‬דורך די שװערדן פֿון גיבורים װעל איך מאַכן פֿאַלן ד ַײן המון;‬
                ‫די פֿאָרכטיקסטע פֿון די פֿעלקער ז ַײנען זײ אַלע;‬
   87   88   89   90   91   92   93   94   95   96   97