Page 95 - Yekhezkel
P. 95
יחזקאל
איז געװען אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע.
28אױך דו װעסט צװישן אומבאַשניטענע צעבראָכן װערן,
און ליגן מיט דערשלאָגענע פֿון שװערד.
29דאָרטן איז אדום,
אירע מלכים און אַלע אירע פֿירשטן,
װאָס ז ַײנען ב ַײ אַל זײער גבֿורה
געלײגט געװאָרן מיט דערשלאָגענע פֿון שװערד;
מיט אומבאַשניטענע ליגן זײ,
און מיט די גענידערטע אין גרוב.
30דאָרטן ז ַײנען די פֿירשטן פֿון צפֿון אַלע ,און אַלע צידונים,
װאָס האָבן גענידערט מיט דערשלאָגענע;
ב ַײ אַל זײערע אָנשרעק דורך זײער גבֿורה ז ַײנען זײ פֿאַרשעמט;
און זײ ליגן אומבאַשניטענע מיט דערשלאָגענע פֿון שװערד,
און טראָגן זײער שאַנד מיט די גענידערטע אין גרוב.
31זײ װעט פּרעה זען,
און װעט זיך טרײסטן אױף ז ַײן גאַנצן המון,
די דערשלאָגענע פֿון שװערד –
פּרעה מיט ז ַײן גאַנצן חיל,
זאָגט גאָט דער האַר.
32װאָרום איך טו װאַרפֿן מ ַײן שרעק
אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע;
און ער װעט געלײגט װערן צװישן אומבאַשניטענע,
מיט דערשלאָגענע פֿון שװערד –
פּרעה מיט ז ַײן גאַנצן המון,
זאָגט גאָט דער האַר.
1און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
2מענטשנקינד ,רעד צו די קינדער פֿון ד ַײן פֿאָלק ,און זאָלסטלג
זאָגן צו זײ :אַז איך ברענג אַ שװערד אױף אַ לאַנד ,און דאָס פֿאָלק
פֿון לאַנד נעמט אַ מאַן פֿון צװישן זיך ,און זײ מאַכן אים פֿאַר זײער
װעכטער 3 ,און ער זעט די שװערד קומען אױפֿן לאַנד ,און ער
בלאָזט אין שופֿר ,און װאָרנט דאָס פֿאָלק 4 ,און דער הערער הערט
דעם ָקול פֿון שופֿר ,און ער לאָזט זיך ניט װאָרענען ,און די שװערד
קומט ,און נעמט אים צו ,װעט ז ַײן בלוט ז ַײן אױף ז ַײן קאָפּ 5 .דעם