Page 96 - Yekhezkel
P. 96
יחזקאל
ָקול פֿון שופֿר האָט ער געהערט ,און ער לאָזט זיך ניט װאָרענען,
װעט ז ַײן בלוט ז ַײן אױף אים; װאָרום אַז ער לאָזט זיך װאָרענען,
װאָלט ער ז ַײן נפֿש געראַטעװעט 6 .אָבער אַז דער װעכטער זעט די
שװערד קומען ,און ער בלאָזט ניט אין שופֿר ,און פֿאָלק װערט ניט
געװאָרנט ,און די שװערד קומט ,און נעמט צו פֿון זײ אַ נפֿש ,איז ער
צוגענומען געװאָרן פֿאַר ז ַײנע זינד ,אָבער ז ַײן בלוט װעל איך מאָנען
פֿון דעם װעכטערס האַנט 7 .און דו מענטשנקינד ,אַ װעכטער האָב
איך דיך געמאַכט פֿאַר דעם הױז פֿון ישׂראל ,אַז װען דו װעסט הערן
פֿון מ ַײן מױל אַ װאָרט ,זאָלסטו זײ װאָרענען פֿון מיר 8 .אַז איך זאָג
צו דעם שלעכטן :דו שלעכטער ,שטאַרבן מוזטו שטאַרבן; און דו
האָסט ניט גערעדט צו װאָרענען דעם שלעכטן פֿון ז ַײן װעג ,װעט ער,
דער שלעכטער ,שטאַרבן פֿאַר ז ַײנע זינד ,און ז ַײן בלוט װעל איך פֿון
ד ַײן האַנט מאָנען 9 .אָבער אַז דו האָסט געװאָרנט דעם שלעכטן פֿון
ז ַײן װעג ,זיך אומצוקערן פֿון אים ,און ער האָט זיך ניט אומגעקערט
פֿון ז ַײן װעג ,װעט ער שטאַרבן פֿאַר ז ַײנע זינד ,און דו האָסט ד ַײן
נפֿש מציל געװען.
10און דו מענטשנקינד ,זאָג צו דעם הױז פֿון ישׂראל :איר זאָגט ,אַזױ
צו זאָגן :פֿאַר װאָר ,אונדזערע פֿאַרברעכן און אונדזערע זינד ז ַײנען
אױף אונדז ,און דורך זײ גײען מיר א ַײן ,און װי קענען מיר לעבן?
11זאָג צו זײ :אַזױ װי איך לעב ,זאָגט גאָט דער האַר ,אױב איך
באַגער דעם טױט פֿון דעם שלעכטן ,נ ַײערט אַז דער שלעכטער זאָל
זיך אומקערן פֿון ז ַײן װעג ,און לעבן! קערט א ַײך אום ,קערט א ַײך
אום פֿון א ַײערע שלעכטע װעגן; און נאָך װאָס זאָלט איר שטאַרבן,
הױז פֿון ישׂראל?
12און דו מענטשנקינד ,זאָג צו די קינדער פֿון ד ַײן פֿאָלק :די
גערעכטיקײט פֿון דעם גערעכטן װעט אים ניט מציל ז ַײן אין טאָג פֿון
ז ַײן פֿאַרברעך ,און די שלעכטיקײט פֿון דעם שלעכטן ,דורך איר װעט
ער ניט געשטרױכלט װערן אין דעם טאָג װאָס ער קערט זיך אום פֿון
ז ַײן שלעכטיקײט; און דער װאָס איז אַ גערעכטער ,קען דערפֿאַר ניט
בל ַײבן לעבן אין דעם טאָג װאָס ער זינדיקט 13 .אַז איך זאָג אױף
דעם גערעכטן :לעבן װעט ער לעבן ,און ער פֿאַרזיכערט זיך אױף ז ַײן
גערעכטיקײט ,און טוט אומרעכט ,װעלן אַלע ז ַײנע גערעכטיקײטן
ניט דערמאָנט װערן ,און פֿאַר ז ַײן אומרעכט װאָס ער האָט געטאָן,
דערפֿאַר װעט ער שטאַרבן 14 .און אַז איך זאָג צו דעם שלעכטן: