Page 101 - Yekhezkel
P. 101

‫יחזקאל‬

                     ‫און די צעבראָכענע װעל איך אַרומבינדן‪,‬‬
                           ‫און די קראַנקע װעל איך שטאַרקן‪,‬‬

         ‫און די פֿעטע און די שטאַרקע װעל איך פֿאַרטיליקן;‬
                      ‫מיט גערעכטיקײט װעל איך זײ פֿיטערן‪.‬‬

   ‫‪ 17‬און איר מ ַײנע שאָף‪ ,‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
                  ‫זעט‪ ,‬איך משפּט צװישן אַ לאַם און אַ לאַם‪,‬‬
                                       ‫די װידערס און די בעק‪.‬‬

‫‪ 18‬װינציק א ַײך װאָס די בעסטע פֿיטערונג פֿיטערט איר א ַײך‪,‬‬
                     ‫אַז דעם איבערבל ַײב פֿון א ַײער פֿיטערונג‬
                         ‫צעטראַמפּלט איר מיט א ַײערע פֿיס?‬

                ‫און װאָס אָפּגעשטאַנען װאַסער טרינקט איר‪,‬‬
       ‫אַז דאָס איבעריקע צעקױטיקט איר מיט א ַײערע פֿיס?‬

                                ‫‪ 19‬און מ ַײנע שאָף פֿיטערן זיך‬
                  ‫אױף װאָס א ַײערע פֿיס האָבן צעטראַמפּלט‪,‬‬
           ‫און טרינקען װאָס א ַײערע פֿיס האָבן צעקױטיקט‪.‬‬

            ‫‪ 20‬דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט צו זײ‪:‬‬
                            ‫אָט בין איך‪ ,‬און איך װעל משפּטן‬

              ‫צװישן דעם פֿעטן לאַם און דעם מאָגערן לאַם‪.‬‬
         ‫‪ 21‬װ ַײל מיט דער ז ַײט און מיטן אַקסל שטופּט איר‪,‬‬
        ‫און מיט א ַײערע הערנער שטױסט איר‪ ,‬אַלע שלאַפֿע‪,‬‬

                         ‫ביז איר האָט זײ צעשפּרײט דערױסן‪,‬‬
                        ‫‪ 22‬דרום װעל איך העלפֿן מ ַײנע שאָף‪,‬‬

                           ‫און זײ װעלן מער ניט ז ַײן צו רױב;‬
             ‫און איך װעל משפּטן צװישן אַ לאַם און אַ לאַם‪.‬‬
         ‫‪ 23‬און איך װעל אױפֿשטעלן איבער זײ אײן פּאַסטוך‬

                    ‫װאָס װעט זײ פֿיטערן – מ ַײן קנעכט דוד;‬
      ‫ער װעט זײ פֿיטערן‪ ,‬און ער װעט זײ ז ַײן צום פּאַסטוך‪.‬‬

                       ‫‪ 24‬און איך יהוה װעל זײ ז ַײן צום גאָט‪,‬‬
                    ‫און מ ַײן קנעכט דוד אַ פֿירשט צװישן זײ;‬

                                       ‫איך יהוה האָב גערעדט‪.‬‬
                 ‫‪ 25‬און איך װעל זײ שליסן אַ בונד פֿון שלום‪,‬‬
                  ‫און װעל פֿאַרשטערן אַ בײזע חיה פֿון לאַנד‪,‬‬

                  ‫און זײ װעלן זיצן אין מדבר אין זיכערקײט‪,‬‬
                                   ‫און שלאָפֿן אין די װעלדער‪.‬‬

          ‫‪ 26‬און איך װעל מאַכן זײ און רונד אַרום מ ַײן באַרג‬
   96   97   98   99   100   101   102   103   104   105   106