Page 106 - Yekhezkel
P. 106

‫יחזקאל‬

                            ‫און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה‪.‬‬
              ‫‪ 12‬און איך װעל מאַכן אומגײן אױף א ַײך מענטשן‪,‬‬

                                              ‫מ ַײן פֿאָלק ישׂראל;‬
                                          ‫און זײ װעלן דיך אַרבן‪,‬‬
                                 ‫און װעסט זײ ז ַײן פֿאַר אַ נחלה‪,‬‬
                      ‫און װעסט זײ מער ניט װידער פֿאַרװאַרפֿן‪.‬‬

                           ‫‪ 13‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
                                          ‫װ ַײל מע זאָגט צו א ַײך‪:‬‬

                                       ‫אַ מענטשנעסערין ביסטו‪,‬‬
              ‫און אַ פֿאַרװאַרפֿערין פֿון פֿעלקער ביסטו געװאָרן‪.‬‬

                        ‫‪ 14‬דרום װעסטו מענטשן מער ניט עסן‪,‬‬
                ‫און ד ַײנע פֿעלקער װעסטו מער ניט פֿאַרװאַרפֿן‪,‬‬

                                            ‫זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬
                       ‫‪ 15‬און איך װעל דיך מער ניט מאַכן הערן‬

                                        ‫די שאַנד פֿון די פֿעלקער‪,‬‬
                                      ‫און די חרפּה פֿון די אומות‬

                                         ‫װעסטו מער ניט טראָגן‪,‬‬
         ‫און ד ַײנע פֿעלקער װעסטו מער ניט מאַכן שטרױכלען‪,‬‬

                                            ‫זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬

  ‫‪ 16‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

‫‪ 17‬מענטשנקינד‪ ,‬דאָס הױז פֿון ישׂראל זיצנדיק אױף זײער ערד‪,‬‬
                     ‫האָבן זײ זי פֿאַראומרײניקט מיט זײער װעג‬
                                        ‫און מיט זײערע מעשׂים;‬

           ‫אַזױ װי די אומרײנקײט פֿון אַן אָפּגעזונדערטער פֿרױ‬
                                 ‫איז געװען זײער װעג פֿאַר מיר‪.‬‬

           ‫‪ 18‬און איך האָב אױסגעגאָסן אױף זײ מ ַײן גרימצאָרן‬
             ‫פֿאַר דעם בלוט װאָס זײ האָבן פֿאַרגאָסן אין לאַנד‪,‬‬

  ‫און װ ַײל מיט זײערע אָפּגעטער האָבן זײ עס פֿאַראומרײניקט‪.‬‬
             ‫‪ 19‬און איך האָב זײ צעשפּרײט צװישן די פֿעלקער‪,‬‬
                ‫און זײ ז ַײנען צעװאָרפֿן געװאָרן אין די לענדער;‬
                        ‫לױט זײער װעג און לױט זײערע מעשׂים‬
                                           ‫האָב איך זײ געמשפּט‪.‬‬
                    ‫‪ 20‬און אַז זײ ז ַײנען געקומען צו די פֿעלקער‬
   101   102   103   104   105   106   107   108   109   110   111