Page 111 - Yekhezkel
P. 111

‫יחזקאל‬

                                          ‫װען איך עפֿן א ַײערע קבֿרים‪,‬‬
        ‫און װען איך ברענג א ַײך אױף‪ ,‬מ ַײן פֿאָלק‪ ,‬פֿון א ַײערע קבֿרים‪,‬‬

                       ‫‪ 14‬און איך װעל אַר ַײנגעבן מ ַײן ג ַײסט אין א ַײך‪,‬‬
                                         ‫און איר װעט לעבעדיק װערן;‬

                           ‫און איך װעל א ַײך באַרוען אױף א ַײער ערד;‬
                                       ‫און איר װעט װיסן אַז איך יהוה‬

                                 ‫האָב גערעדט און געטאָן‪ ,‬זאָגט יהוה‪.‬‬

‫‪ 15‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 16 :‬און‬
‫דו מענטשנקינד‪ ,‬נעם דיר אײן האָלץ‪ ,‬און שר ַײב אָן אױף אים‪ :‬פֿאַר‬
‫יהוּדה‪ ,‬און פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנע חבֿרים; און נעם דיר‬
‫אײן האָלץ‪ ,‬און שר ַײב אָן אױף אים‪ :‬פֿאַר יוסף – דער האָלץ פֿון‬
‫אפֿ ַר ִים‪ ,‬און פֿון דעם גאַנצן הױז פֿון ישׂראל ז ַײנע חבֿרים; ‪ 17‬און‬
‫גענען זײ דיר אײנעם צום אַנדערן אין אײן האָלץ‪ ,‬אַז זײ זאָלן װערן‬
‫אײנס אין ד ַײן האַנט‪ 18 .‬און אַז די קינדער פֿון ד ַײן פֿאָלק װעלן זאָגן‬
‫צו דיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬װילסטו אונדז ניט זאָגן װאָס די דאָזיקע ז ַײנען‬
‫דיר? ‪ 19‬רעד צו זײ‪ :‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪ :‬זעט‪ ,‬איך נעם‬
‫דעם האָלץ פֿון יוסף װאָס אין דער האַנט פֿון אפֿ ַר ִים‪ ,‬און די שבֿטים‬
‫פֿון ישׂראל ז ַײנע חבֿרים‪ ,‬און איך װעל זײ צוטאָן צו אים אין אײנעם‬
‫מיט דעם האָלץ פֿון יהוּדה‪ ,‬און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אײן האָלץ‪,‬‬
‫און זײ װעלן װערן אײנער אין מ ַײן האַנט‪ 20 .‬און די העלצער װאָס‬
‫דו װעסט אױף זײ שר ַײבן‪ ,‬זאָלן ז ַײן אין ד ַײן האַנט פֿאַר זײערע אױגן‪.‬‬

                                                     ‫‪ 21‬און רעד צו זײ‪:‬‬

                                     ‫אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
                             ‫זע‪ ,‬איך נעם צונױף די קינדער פֿון ישׂראל‬
                   ‫פֿון צװישן די פֿעלקער‪ ,‬װאָס זײ ז ַײנען אַװעק אַהין‪,‬‬
                          ‫און איך װעל זײ א ַײנזאַמלען פֿון רונד אַרום‪,‬‬

                                 ‫און װעל זײ ברענגען אױף זײער ערד‪.‬‬
                  ‫‪ 22‬און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אײן פֿאָלק אין לאַנד‪,‬‬

                                              ‫אױף די בערג פֿון ישׂראל‪,‬‬
                      ‫און אײן מלך װעט ז ַײן ב ַײ זײ אַלעמען צום מלך;‬

                          ‫און זײ װעלן מער ניט ז ַײן אין צװײ פֿעלקער‪,‬‬
          ‫און װעלן מער ניט צעטײלט װערן װידער אין צװײ מלוכות‪.‬‬

                          ‫‪ 23‬און זײ װעלן זיך מער ניט פֿאַראומרײניקן‬
              ‫מיט זײערע אָפּגעטער‪ ,‬און מיט זײערע אומװערדיקײטן‪,‬‬
   106   107   108   109   110   111   112   113   114   115   116