Page 114 - Yekhezkel
P. 114
יחזקאל
צו לײגן ד ַײן האַנט אױף חורבֿות באַזעצטע,
און אױף אַ פֿאָלק א ַײנגעזאַמלט פֿון פֿיל פֿעלקער,
װאָס האָט אָנגעשאַפֿט פֿי און פֿאַרמעג –
די װאָס זיצן אױפֿן נאָפּל פֿון דער ערד.
13שבֿא ,און ד ָדן ,און די ָסוחרים פֿון ַתּ ְר ִשיש,
און אַלע אירע יונגלײבן ,װעלן זאָגן צו דיר:
קומסטו זאַקרױב צו רױבן?
האָסטו א ַײנגעזאַמלט ד ַײן געזעמל רױב צו ראַבעװען?
זילבער און גאָלד אַװעקצוטראָגן?
פֿי און פֿאַרמעג אַװעקצונעמען?
פֿיל זאַקרױב צו רױבן?
14דרום זאָג נבֿיאות ,דו מענטשנקינד,
און זאָלסט זאָגן צו גוֹגן:
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
פֿאַר װאָר ,אין יענעם טאָג
װאָס מ ַײן פֿאָלק ישׂראל זיצט אין זיכערקײט,
װעסטו זיך דערװיסן.
15און װעסט קומען פֿון ד ַײן אָרט,
פֿון די עקן פֿון צפֿון,
דו ,און פֿיל פֿעלקער מיט דיר,
ר ַײטער אױף פֿערד אַלע,
אַ גרױס געזעמל ,און חיל אַ סך.
16און װעסט אַרױפֿגײן אױף מ ַײן פֿאָלק ישׂראל
װי אַ װאָלקן צו באַדעקן די ערד –
אין ָסוף פֿון די טעג װעט דאָס ז ַײן –
און איך װעל דיך ברענגען אױף מ ַײן לאַנד,
כּדי די אומות זאָלן מיך דערקענען,
װען איך װער געהײליקט דורך דיר ,גוֹג,
פֿאַר זײערע אױגן.
17אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
דו ביסט דאָך דער װאָס איך האָב אָנגעזאָגט
אין פֿר ִיערדיקע טעג דורך מ ַײנע קנעכט
די נבֿיאים פֿון ישׂראל,
װאָס האָבן נבֿיאות געזאָגט אין יענע טעג,