Page 115 - Yekhezkel
P. 115
יחזקאל
יאָרן נאָכאַנאַנד,
אַז איך װעל דיך ברענגען אױף זײ.
18און עס װעט ז ַײן אין יענעם טאָג,
אין דעם טאָג װאָס גוֹג קומט אױף דער ערד פֿון ישׂראל,
זאָגט גאָט דער האַר,
װעט אױפֿגײן מ ַײן גרימצאָרן אין מ ַײן נאָז.
19און אין מ ַײן פֿאַרדראָס,
אין דעם פֿ ַײער פֿון מ ַײן צאָרן האָב איך גערעדט:
אױב אין יענעם טאָג װעט ניט ז ַײן
אַ גרױסע ציטערניש אױף דער ערד פֿון ישׂראל!
20און ציטערן װעלן פֿאַר מיר די פֿישן פֿון ים,
און דער פֿױגל פֿון הימל.
און די חיה פֿון פֿעלד,
און יעטװעדער שרץ װאָס קריכט אױף דער ערד,
און יעטװעדער מענטש װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד;
און צעשטערט װערן װעלן די בערג,
און א ַײנפֿאַלן װעלן די פֿעלדזטרעפּ,
און יעטװעדער מױער װעט צו דער ערד פֿאַלן.
21און איך װעל רופֿן קעגן אים אױף אַלע מ ַײנע בערג אַ שװערד,
זאָגט גאָט דער האַר;
אײנעמס שװערד װעט ז ַײן קעגן אַנדערן.
22און איך װעל זיך משפּטן מיט אים,
מיט פּעסט און מיט בלוט;
און אַ פֿלײציקן רעגן ,און האָגלשטײנער ,פֿ ַײער ,און שװעבל,
װעל איך מאַכן רעגענען אױף אים און אױף ז ַײנע מחנות
און אױף די פֿיל פֿעלקער װאָס מיט אים.
23און איך װעל געגרײסט װערן און געהײליקט װערן,
און איך װעל זיך לאָזן דערקענען פֿאַר די אױגן פֿון פֿיל אומות,
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.
1און דו מענטשנקינד ,זאָג נבֿיאות אױף גוֹגן,
און זאָלסט זאָגן:לט
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
זע ,איך קום צו דיר ,גוֹג,