Page 117 - Yekhezkel
P. 117
יחזקאל
און באַרױבן זײערע רױבער,
זאָגט גאָט דער האַר.
11און עס װעט ז ַײן אין יענעם טאָג ,װעל איך געבן גוֹגן אַן אָרט פֿאַר
אַ קבֿר אין ישׂראל ,דעם טאָל פֿון די דורכגײער צום מזרח פֿון ים;
און עס װעט פֿאַרשפּאַרן די דורכגײער דעם װעג; און מע װעט
דאָרטן באַגראָבן גוֹגן און ז ַײן גאַנצן המון ,און מע װעט עס רופֿן ֵגי-
ַהמוֹן-גוֹג 12 .און דאָס הױז פֿון ישׂראל װעט זײ באַגראָבן זיבן חדשים
נאָכאַנאַנד ,כּדי צו רײניקן דאָס לאַנד 13 .און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון
לאַנד װעט זײ באַגראָבן; און זײ װעט ז ַײן פֿאַר אַ שם דער טאָג װאָס
איך װער געערלעכט ,זאָגט גאָט דער האַר 14 .און שטענדיקע ל ַײט
װעט מען אָפּשײדן װאָס װעלן דורכגײן דורכן לאַנד ,צו באַגראָבן מיט
די דורכגײער די װאָס ז ַײנען געבליבן אױפֿן געזיכט פֿון לאַנד ,כּדי עס
צו רײניקן – צום ָסוף פֿון זיבן חדשים װעלן זײ עס דורכזוכן 15 .און
אַז די דורכגײער װעלן דורכגײן דורכן לאַנד ,און עמעצער װעט
דערזען אַ בײן פֿון אַ מענטשן ,װעט ער אױפֿשטעלן דערב ַײ אַ צײכן,
ביז די באַגרעבער װעלן אים באַגראָבן אין ֵגיַ -המוֹן-גוֹג 16 .און ַהמוֹנה
װעט אױך ז ַײן דער נאָמען פֿון אַ שטאָט .אַזױ װעלן זײ רײניקן דאָס
לאַנד.
17און דו מענטשנקינד ,אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
זאָג צו אַלערלײ געפֿליגלטע פֿױגלען,
און צו אַלע חיות פֿון פֿעלד:
זאַמלט א ַײך א ַײן ,און קומט;
קל ַײבט א ַײך אױף פֿון רונד אַרום
צו מ ַײן שלאַכטונג װאָס איך שלאַכט פֿאַר א ַײך,
אַ גרױסע שלאַכטונג אױף די בערג פֿון ישׂראל,
און איר װעט עסן פֿלײש ,און טרינקען בלוט.
18פֿלײש פֿון גיבורים װעט איר עסן,
און בלוט פֿון פֿירשטן פֿון דער ערד װעט איר טרינקען;
װידערס ,לעמער ,און בעק,
אָקסן ,געשטאָפּטע פֿון בשן אַלע.
19און איר װעט עסן פֿעטס צו זאַט,
און װעט טרינקען בלוט צום שכּור װערן,
פֿון מ ַײן שלאַכטונג װאָס איך האָב געשלאַכט פֿאַר א ַײך.
20און איר װעט זיך זעטן ב ַײ מ ַײן טיש מיט פֿערד און ר ַײטער,