Page 122 - Yekhezkel
P. 122
יחזקאל
35און ער האָט מיך געבראַכט צו דעם טױער פֿון צפֿון ,און האָט
אָפּגעמאָסטן אַזױ װי יענע מאָסן – 36ז ַײנע אַלקערס ,און ז ַײנע
טירז ַײלן ,און ז ַײנע געװעלבן; און פֿענצטער ז ַײנען געװען אין אים
רונד אַרום; די לענג פֿופֿציק אײלן ,און די ברײט פֿינף און צװאַנציק
אײלן 37 .און ז ַײנע טירז ַײלן ז ַײנען געװען צום אױסנװײניקסטן הױף
צו ,און טײטלבײמער ז ַײנען געװען אױף ז ַײנע טירז ַײלן ,פֿון דער ז ַײט
און פֿון דער אַנדער ז ַײט; און אַכט טרעפּ ז ַײנען געװען ז ַײן
אַרױפֿגאַנג.
38און אַ קאַמער איז געװען ,מיט איר א ַײנגאַנג אין די טירז ַײלן פֿון
די טױערן; דאָרטן זאָל מען אָפּשװענקען דאָס בראַנדאָפּפֿער 39 .און
אין דעם פֿירהױז פֿון טױער ז ַײנען געװען צװײ טישן פֿון דער ז ַײט,
און צװײ טישן פֿון דער אַנדער ז ַײט ,צו שעכטן אױף זײ דאָס
בראַנדאָפּפֿער ,און דאָס זינדאָפּפֿער ,און דאָס שולדאָפּפֿער 40 .און
אױף אײן ז ַײט פֿון דרױסן ,װי מע גײט אַרױף צום א ַײנגאַנג פֿון צפֿון-
טױער ,ז ַײנען געװען צװײ טישן ,און אױף דער אַנדער ז ַײט פֿון דעם
פֿירהױז װאָס צום טױער צװײ טישן 41 .פֿיר טישן פֿון דער ז ַײט ,און
פֿיר טישן פֿון דער אַנדער ז ַײט ,ב ַײן ז ַײט פֿון טױער – אַכט טישן
װאָס אױף זײ זאָל מען שעכטן 42 .און פֿיר טישן פֿאַרן בראַנדאָפּפֿער,
פֿון געהאַקטע שטײנער ,די לענג אַן אײל און אַ האַלב ,און די ברײט
אַן אײל און אַ האַלב ,און די הײך אַן אײל ,װאָס אױף זײ זאָל מען
אַװעקלײגן די כּלים װאָס מע שעכט מיט זײ דאָס בראַנדאָפּפֿער און
דאָס שלאַכטאָפּפֿער 43 .און האָקן פֿון אײן האַנטברײט ז ַײנען געװען
באַפֿעסטיקט אינעװײניק רונד אַרום; און אױף די טישן האָט געזאָלט
ז ַײן דאָס פֿלײש פֿון דעם קרבן 44 .און דרױסן פֿון דעם
אינעװײניקסטן טױער ז ַײנען געװען קאַמערן פֿאַר די װעכטער אין
דעם אינעװײניקסטן הױף װאָס ב ַײן ז ַײט פֿון צפֿון-טױער ,און זײער
פֿאָדערז ַײט איז געװען צו ָדרום; אײנע ב ַײן ז ַײט פֿון מזרח-טױער מיט
דער פֿאָדערז ַײט צו צפֿון 45 .און ער האָט צו מיר געזאָגט :די דאָזיקע
קאַמער װאָס איר פֿאָדערז ַײט איז צו ָדרום ,איז פֿאַר די כּהנים װאָס
היטן די היטונג פֿון הױז 46 .און די קאַמער װאָס איר פֿאָדערז ַײט איז
צו צפֿון ,איז פֿאַר די כּהנים ,װאָס היטן די היטונג פֿון מזבח; דאָס
ז ַײנען די קינדער פֿון ָצדוק ,די פֿון די קינדער פֿון ֵלוי װאָס גענענען
צו גאָט ,אים צו דינען.