Page 124 - Yekhezkel
P. 124

‫יחזקאל‬

‫העכער און העכער רונד אַרום הױז; דרום האָט דאָס הױז געהאַט‬
‫אױבן מער ברײטקײט; און אַזױ איז מען אַרױף פֿון דער‬
‫אונטערשטער רײ צו דער אײבערשטער דורך דער מיטלסטער‪ 8 .‬און‬
‫איך האָב געזען אַז דאָס הױז האָט געהאַט אַ דערהײכונג רונד אַרום;‬
‫די גרונטפֿעסטן פֿון די ז ַײטקאַמערן ז ַײנען געװען אַ פֿולער שטאַנג‬
‫פֿון זעקס אײלן ב ַײם געלענק‪ 9 .‬די גרעב פֿון דער אױסנװײניקסטער‬
‫װאַנט פֿון די ז ַײטקאַמערן איז געװען פֿינף אײלן; און װאָס איז‬
‫געלאָזט געװאָרן פֿר ַײ צװישן די ז ַײטקאַמערן װאָס ב ַײם הױז‪ 10 .‬און‬
‫צװישן די קאַמערן‪ ,‬איז געװען צװאַנציק אײלן די ברײט‪ ,‬רונד אַרום‬
‫הױז פֿון אַלע ז ַײטן‪ 11 .‬און די א ַײנגאַנגען פֿון די ז ַײטקאַמערן ז ַײנען‬
‫געװען צו דעם פֿר ַײ געלאָזטן אָרט צו‪ ,‬אײן א ַײנגאַנג צו צפֿון‪ ,‬און‬
‫אײן א ַײנגאַנג צו ָדרום; און די ברײט פֿון דעם פֿר ַײ געלאָזטן אָרט איז‬

                                         ‫געװען פֿינף אײלן רונד אַרום‪.‬‬

‫‪ 12‬און דער בנין װאָס איז געװען פֿאַר דעם אָפּגעזונדערטן אָרט אין‬
‫דער ז ַײט קעגן מערבֿ‪ ,‬איז געװען די ברײט זיבעציק אײלן‪ ,‬און די‬
‫װאַנט פֿון דעם בנין פֿינף אײלן די גרעב רונד אַרום‪ ,‬און ז ַײן לענג‬

                                                          ‫נ ַײנציק אײלן‪.‬‬

‫‪ 13‬און ער האָט אָפּגעמאָסטן דאָס הױז‪ ,‬הונדערט אײלן די לענג‪ ,‬און‬
‫דעם אָפּגעזונדערטן אָרט‪ ,‬און דעם בנין מיט ז ַײנע װענט‪ ,‬הונדערט‬
‫אײלן די לענג; ‪ 14‬און די ברײט פֿון דער פֿאָדערז ַײט פֿון דעם הױז און‬
‫פֿון דעם אָפּגעזונדערטן אָרט צו מזרח‪ ,‬הונדערט אײלן‪ 15 .‬און ער‬
‫האָט אָפּגעמאָסטן די לענג פֿון דעם בנין פֿאַר לענג פֿון דעם‬
‫אָפּגעזונדערטן אָרט‪ ,‬װאָס אױף ז ַײן הינטערשטער ז ַײט‪ ,‬און ז ַײנע‬

   ‫באַלקאָנען פֿון דער ז ַײט און פֿון דער אַנדער ז ַײט‪ ,‬הונדערט אײלן‪.‬‬

‫און דער ֵהיכל‪ ,‬דער אינעװײניקסטער אָרט‪ ,‬און די פֿאָדערה ַײזער פֿון‬
‫הױף‪ 16 ,‬די שװעלן‪ ,‬און די שמאָלע פֿענצטער‪ ,‬און די באַלקאָנען‬
‫רונד אַרום זײ דר ַײען‪ ,‬אַקעגן די שװעלן‪ ,‬ז ַײנען געװען באַטאָװלט‬
‫מיט האָלץ רונד אַרום און פֿון דער ערד ביז די פֿענצטער – און די‬
‫פֿענצטער ז ַײנען געװען פֿאַרדעקט – ‪ 17‬ביז איבערן א ַײנגאַנג‪ ,‬און ביז‬
‫דעם אינעװײניקסטן הױז‪ ,‬און אױסנװײניק‪ ,‬און אױף דער גאַנצער‬
‫װאַנט רונד אַרום‪ ,‬אינעװײניק און אױסנװײניק‪ ,‬לױט אַ מאָס‪ 18 .‬און‬
‫עס איז געװען געמאַכט מיט כּרובֿים און טײטלבײמער‪ ,‬און אַ‬
‫טײטלבױם צװישן אַ כּרובֿ און אַ כּרובֿ; און צװײ פּנימער האָט‬
   119   120   121   122   123   124   125   126   127   128   129