Page 126 - Yekhezkel
P. 126
יחזקאל
פֿון זײ – פֿון די אונטערשטע און פֿון די מיטלסטע אין דעם בנין.
6װאָרום דר ַײגאָרנדיק ז ַײנען זײ געװען ,און זײ האָבן ניט געהאַט קײן
ז ַײלן אַזױ װי די ז ַײלן פֿון הױף ,דרום איז אָפּגענומען געװאָרן ,לַגבי די
אונטערשטע און די מיטלסטע ,פֿון דעם באָדעם 7 .און די מױער
װאָס דרױסן אַקעגן די קאַמערן ,צו דעם אױסנװײניקסטן הױף צו,
פֿאָרנט פֿון די קאַמערן ,איר לענג איז געװען פֿופֿציק אײלן 8 .װאָרום
די לענג פֿון די קאַמערן װאָס צום אױסנװײניקסטן הױף צו איז
געװען פֿופֿציק אײלן; אָבער זע ,פֿאַר דעם טעמפּל איז געװען
הונדערט אײלן 9 .און אונטער די דאָזיקע קאַמערן איז געװען דער
א ַײנגאַנג פֿון מזרח ,אַז מע איז געקומען צו זײ פֿון דעם
אױסנװײניקסטן הױף 10 .אין דער ברײט פֿון דער מױער פֿון הױף צו
מזרח ,פֿאַר דעם אָפּגעזונדערטן אָרט ,און פֿאַר דעם בנין ,ז ַײנען
געװען קאַמערן 11 ,מיט אַ װעג פֿאַר זײ; אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון די
קאַמערן װאָס צו צפֿון ,אַזױ װי זײער לענג ,און אַזױ װי זײער ברײט,
מיט אַלע זײערע אַרױסגאַנגען ,און אַזױ װי זײערע א ַײנריכטונגען;
און אַזױ װי זײערע טירן 12 ,אַזױ אױך ז ַײנען געװען די טירן פֿון די
קאַמערן װאָס צו ָדרום; אַ טיר איז געװען אין אָנהײב פֿון דעם װעג,
דעם װעג װאָס גל ַײך פֿאַר דער מױער ,אַקעגן מזרח ,װי מע קומט אין
זײ אַר ַײן.
13און ער האָט צו מיר געזאָגט :די קאַמערן פֿון צפֿון און די קאַמערן
פֿון ָדרום װאָס פֿאַר דעם אָפּגעזונדערטן אָרט ,דאָס ז ַײנען די הײליקע
קאַמערן ,װאָס די כּהנים װאָס ז ַײנען נאָנט צו גאָט ,זאָלן דאָרטן עסן
די הײליקסטע הײליקײטן; דאָרטן זאָלן זײ אַװעקלײגן די הײליקסטע
הײליקײטן ,און דאָס שפּ ַײזאָפּפֿער ,און דאָס זינדאָפּפֿער ,און דאָס
שולד-אָפּפֿער ,װאָרום דער אָרט איז הײליק 14 .אַז זײ גײען אַר ַײן ,די
כּהנים ,זאָלן זײ ניט אַרױסגײן פֿון דעם הײליקטום אין דעם
אױסנװײניקסטן הױף ,נ ַײערט זײ זאָלן אַפֿר ִיער אַװעקלײגן דאָרטן
זײערע קלײדער װאָס זײ דינען אין זײ ,װאָרום זײ ז ַײנען הײליק; און
זײ זאָלן אָנטאָן אַנדערע קלײדער ,און גענענען אין דעם הױף װאָס
פֿאַרן פֿאָלק.
15און אַז ער האָט געענדיקט די מעסטונגען פֿון דעם
אינעװײניקסטן הױז ,האָט ער מיך אַרױסגעפֿירט דורך דעם טױער
װאָס ז ַײן פֿאָדערז ַײט איז געװען צו מזרח ,און ער האָט עס
אָפּגעמאָסטן רונד אַרום 16 .ער האָט אָפּגעמאָסטן די מזרח-ז ַײט מיט