Page 129 - Yekhezkel
P. 129

‫יחזקאל‬

‫‪ 20‬און זאָלסט נעמען פֿון ז ַײן בלוט‪ ,‬און אַרױפֿטאָן אױף ז ַײנע פֿיר‬
‫הערנער‪ ,‬און אױף די פֿיר װינקלען פֿון דעם אָפּשפּרונג‪ ,‬און אױף‬
‫דעם ראַנד רונד אַרום; און זאָלסט אים רײניקן‪ ,‬און מכפּר ז ַײן אױף‬
‫אים‪ 21 .‬און זאָלסט נעמען דעם אָקס‪ ,‬דאָס זינדאָפּפֿער‪ ,‬און מע זאָל‬
‫אים פֿאַרברענען אין אַ באַשטימטן אָרט פֿון הױז‪ ,‬דרױסן פֿון‬
‫הײליקטום‪ 22 .‬און אױפֿן צװײטן טאָג זאָלסטו מקריבֿ ז ַײן אַ ציגנבאָק‬
‫אָן אַ פֿעלער פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער‪ ,‬און מע זאָל רײניקן דעם מזבח‪ ,‬אַזױ‬
‫װי מע האָט גערײניקט מיטן אָקס‪ 23 .‬אַז דו ענדיקסט רײניקן‪,‬‬
‫זאָלסטו מקריבֿ ז ַײן אַ יונגן אָקס אָן אַ פֿעלער‪ ,‬און אַ װידער פֿון שאָף‬
‫אָן אַ פֿעלער‪ 24 .‬און זאָלסט זײ גענענען פֿאַר גאָט‪ ,‬און די כּהנים‬
‫זאָלן אַרױפֿװאַרפֿן אױף זײ אַלץ‪ ,‬און זײ אױפֿברענגען פֿאַר אַ‬
‫בראַנדאָפּפֿער צו גאָט‪ 25 .‬זיבן טעג זאָלסטו מאַכן אַ ציגנבאָק אַ‬
‫זינדאָפּפֿער איטלעכן טאָג; אױך אַ יונגן אָקס‪ ,‬און אַ װידער פֿון שאָף‪,‬‬
‫אָן אַ פֿעלער‪ ,‬זאָל מען מאַכן‪ 26 .‬זיבן טעג זאָל מען מכפּר ז ַײן אױפֿן‬
‫מזבח‪ ,‬און אים רײניקן און אים הײליקן‪ 27 .‬און אַז מע װעט ענדיקן‬
‫די טעג‪ ,‬איז‪ ,‬פֿון אַכטן טאָג און װ ַײטער זאָלן די כּהנים מאַכן אױפֿן‬
‫מזבח א ַײערע בראַנדאָפּפֿער און א ַײערע פֿרידאָפּפֿער‪ ,‬און איך װעל‬

                                  ‫א ַײך באַװיליקן‪ ,‬זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬

‫‪ 1‬און ער האָט מיך צוריקגעבראַכט אױפֿן װעג צום‬

‫אױסנװײניקסטן טױער פֿון דעם הײליקטום װאָס איז געװעןמד‬

‫געקערט צו מזרח‪ ,‬און ער איז געװען פֿאַרשלאָסן‪ 2 .‬און גאָט האָט צו‬
‫מיר געזאָגט‪ :‬דער דאָזיקער טױער זאָל ז ַײן פֿאַרשלאָסן‪ ,‬עס זאָל ניט‬
‫געעפֿנט װערן‪ ,‬און קײנער זאָל דורך אים ניט אַר ַײנגײן‪ ,‬װאָרום יהוה‬
‫דער גאָט פֿון ישׂראל איז אַר ַײנגעגאַנגען דורך אים‪ ,‬דרום זאָל ער ז ַײן‬
‫פֿאַרשלאָסן‪ 3 .‬דער פֿירשט‪ ,‬װ ַײל ער איז אַ פֿירשט‪ ,‬ער מעג זיצן‬
‫דרינען צו עסן ברױט פֿאַר גאָט; דורכן פֿירהױז פֿון טױער זאָל ער‬

                            ‫אַר ַײנגײן‪ ,‬און דורך אים זאָל ער אַרױסגײן‪.‬‬

‫‪ 4‬און ער האָט מיך געבראַכט דורך דעם טױער פֿון צפֿון צו דער‬
‫פֿאָדערז ַײט פֿון הױז‪ ,‬און איך האָב געזען‪ ,‬ערשט די פּראַכט פֿון גאָט‬
‫האָט אָנגעפֿילט דאָס הױז פֿון גאָט; בין איך געפֿאַלן אױף מ ַײן פּנים‪.‬‬
‫‪ 5‬און גאָט האָט צו מיר געזאָגט‪ :‬מענטשנקינד‪ ,‬לײג צו ד ַײן האַרץ‪,‬‬
‫און זע מיט ד ַײנע אױגן‪ ,‬און מיט ד ַײנע אױערן הער‪ ,‬אַלץ װאָס איך‬
   124   125   126   127   128   129   130   131   132   133   134