Page 132 - Yekhezkel
P. 132
יחזקאל
דאָס ערשטע פֿון אַלע ערשטצ ַײטיקע פֿון אַלץ ,און איטלעכע
אָפּשײדונג פֿון װאָס עס איז ,פֿון אַלע א ַײערע אָפּשײדונגען ,זאָל
געהערן צו די כּהנים; אױך דאָס ערשטע פֿון א ַײערע טײגמולטערס
זאָלט איר געבן צום כּהן ,כּדי צו מאַכן רוען אַ ברכה אױף ד ַײן הױז.
31קײן געפֿאַלנס און פֿאַרצוקטס פֿון עופֿות און פֿון בהמות זאָלן די
כּהנים ניט עסן.
1און אַז איר װאַרפֿט אױס דאָס לאַנד פֿאַר אַ נחלה ,זאָלט
איר אָפּשײדן אַן אָפּשײדונג פֿון דעם לאַנד ,הײליק צו גאָט;מה
די לענג פֿינף און צװאַנאַציק טױזנט שטאַנגען די לענג ,און די ברײט
צען טױזנט; דאָס זאָל ז ַײן הײליק אין דעם גאַנצן געמאַרק רונד
אַרום 2 .פֿון דעם זאָל ז ַײן פֿאַר דעם הײליקטום פֿינף הונדערט אױף
פֿינף הונדערט ,פֿירעקעכדיק פֿון אַלע ז ַײטן; און פֿופֿציק אײלן
אַ פֿר ַײער פּלאַץ דערצו רונד אַרום 3 .און פֿון דער דאָזיקער
מאָס – פֿינף און צװאַנציק טױזנט די לענג ,און צען טױזנט די ברײט
– זאָלסטו אָפּמעסטן ,אַז דרינען זאָל ז ַײן דאָס הײליקטום ,די
הײליקסטע הײליקײט 4 .הײליק פֿון דעם לאַנד איז דאָס; פֿאַר
די כּהנים ,די באַדינער פֿון הײליקטום ,װאָס גענענען צו דינען גאָט,
זאָל עס ז ַײן; און עס זאָל זײ ז ַײן אַן אָרט פֿאַר ה ַײזער ,און אַ
הײליקער אָרט צום הײליקטום 5 .און פֿינף און צװאַנציק טױזנט די
לענג ,און צען טױזנט די ברײט ,זאָל ז ַײן פֿאַר די ל ִו ִיים די באַדינער
פֿון הױז ,זײ צום אײגנטום ,פֿאַר צװאַנציק קאַמערן 6 .און דאָס
אײגנטום פֿון דער שטאָט זאָלט איר מאַכן פֿינף טױזנט די ברײט ,און
די לענג פֿינף און צװאַנציק טױזנט ,אַקעגן דער הײליקער אָפּשײדונג;
פֿאַר דעם גאַנצן הױז פֿון ישׂראל זאָל עס ז ַײן 7 .און פֿאַר דעם
פֿירשט ,פֿון דער ז ַײט און פֿון יענער ז ַײט פֿון דער הײליקער
אָפּשײדונג ,און פֿון דעם אײגנטום פֿון דער שטאָט ,אַקעגן דער
הײליקער אָפּשײדונג ,און אַקעגן דעם אײגנטום פֿון דער שטאָט,
מערבֿ-ז ַײט צו מערבֿ ,און פֿון מזרח-ז ַײט צו מזרח ,און אַ לענג אַזױ װי
אײנער פֿון די חלקים ,פֿון דעם מערבֿ-געמאַרק ביז דעם מזרח-
געמאַרק 8פֿון דעם לאַנד; דאָס זאָל אים ז ַײן צום אײגנטום אין
ישׂראל; און מ ַײנע פֿירשטן זאָלן מער ניט קריװדען מ ַײן פֿאָלק,
נ ַײערט דאָס לאַנד זאָל מען געבן צו דעם הױז פֿון ישׂראל ,לױט
זײערע שבֿטים.