Page 134 - Yekhezkel
P. 134
יחזקאל
חודש ,אין פֿערצנטן טאָג פֿון חודש ,זאָל ז ַײן ב ַײ א ַײך פּסח ,אַ יום-
טובֿ זיבן טעג; ַמצות זאָל געגעסן װערן 22 .און דער פֿירשט זאָל
מאַכן אין יענעם טאָג פֿאַר זיך און פֿאַר דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון לאַנד
אַן אָקס אַ זינדאָפּפֿער 23 .און די זיבן טעג פֿון יום-טובֿ זאָל ער מאַכן
אַ בראַנדאָפּפֿער צו גאָט ,זיבן אָקסן און זיבן װידערס ,אָן אַ פֿעלער,
אַ טאָג – די זיבן טעג; און אַ ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער אַ טאָג 24 .און
אַ שפּ ַײזאָפּפֿער זאָל ער מאַכן ,אַן ֵאיפֿה צו אַן אָקס ,און אַן ֵאיפֿה צו
אַ װידער ,און אײל אַ הין צו אַן ֵאיפֿה 25 .אין זיבעטן חודש ,אין
פֿופֿצנטן טאָג פֿון חודש ,אום יום-טובֿ ,זאָל ער מאַכן אַזױ װי די
דאָזיקע ,די זיבן טעג; אַזױ דאָס זינדאָפּפֿער ,אַזױ דאָס בראַנדאָפּפֿער,
און אַזױ דאָס שפּ ַײזאָפּפֿער ,און אַזױ דאָס אײל.
1אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר :דער טױער פֿון דעם
אינעװײניקסטן הױף װאָס איז געקערט צו מזרח ,זאָל ז ַײןמו
פֿאַרשלאָסן די זעקס אַרבעטטעג ,נאָר אין טאָג פֿון שבת זאָל עס
געעפֿנט װערן ,און אין טאָג פֿון ראש-חודש זאָל ער געעפֿנט װערן.
2און דער פֿירשט זאָל אַר ַײנגײן דורכן פֿירהױז פֿון טױער פֿון דרױסן,
און זאָל שטײן ב ַײ דעם ב ַײשטידל פֿון טױער ,און די כּהנים זאָלן
מאַכן ז ַײן בראַנדאָפּפֿער ,און ז ַײן פֿרידאָפּפֿער ,און ער זאָל זיך בוקן
אױף דעם שװעל פֿון טױער ,און אַרױסגײן; אָבער דער טױער זאָל
ניט פֿאַרשלאָסן װערן ביזן אָװנט 3 .און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד זאָל זיך
בוקן פֿאַר גאָט אין א ַײנגאַנג פֿון יענעם טױער ,אין די שבתים ,און
אום ראש-חודש 4 .און דאָס בראַנדאָפּפֿער װאָס דער פֿירשט זאָל
מקריבֿ ז ַײן צו גאָט אין טאָג פֿון שבת ,איז זיבן שעפּסן אָן אַ פֿעלער,
און אַ װידער אָן אַ פֿעלער; 5און אַ שפּ ַײזאָפּפֿער אַן ֵאיפֿה צו אַ
װידער ,און צו די שעפּסן אַ שפּ ַײזאָפּפֿער לױט דער גאָב פֿון ז ַײן
האַנט; און אײל אַ הין צו אַן ֵאיפֿה 6 .און אין טאָג פֿון ראש-חודש :אַ
יונגער אָקס אָן אַ פֿעלער ,און זעקס שעפּסן ,און אַ װידער; אָן אַ
פֿעלער זאָלן זײ ז ַײן 7 .און אַן ֵאיפֿה צו דעם אָקס ,און אַן ֵאיפֿה צו
דעם װידער ,זאָל ער מאַכן אַ שפּ ַײזאָפּפֿער ,און צו די שעפּסן אַזױ װי
ז ַײן האַנט פֿאַרמאָגט; און אײל אַ הין צו אַן ֵאיפֿה 8 .און אַז דער
פֿירשט קומט ,זאָל ער אַר ַײנגײן דורכן פֿירהױז פֿון טױער און דורך
אים זאָל ער אַרױסגײן 9 .אָבער אַז דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד קומט פֿאַר
גאָט אין די יום-טובֿים ,זאָל דער װאָס גײט אַר ַײן דורכן צפֿון-טױער