Page 137 - Yekhezkel
P. 137

‫יחזקאל‬

‫אַריבערגײן‪ ,‬װאָרום דאָס װאַסער איז געװען הױך‪ ,‬אַ װאַסער צום‬
‫שװימען‪ ,‬אַ ט ַײך װאָס איך האָב ניט געקענט אַריבערגײן‪ 6 .‬און ער‬
‫האָט צו מיר געזאָגט‪ :‬האָסטו געזען‪ ,‬מענטשנקינד? און ער האָט מיך‬

                 ‫געפֿירט‪ ,‬און האָט מיך געבראַכט צום ברעג פֿון ט ַײך‪.‬‬

‫‪ 7‬װי איך בין צוריקגעקומען‪ ,‬ערשט ב ַײם ברעג ט ַײך ז ַײנען פֿיל‬
‫בײמער פֿון דער ז ַײט און פֿון יענער ז ַײט‪ 8 .‬און ער האָט צו מיר‬
‫געזאָגט‪ :‬דאָס דאָזיקע װאַסער גײט אַרױס צו דער מזרח‪-‬געגנט‪ ,‬און‬
‫װעט אַראָפּנידערן אין דעם פּלױן‪ ,‬און אַז עס װעט אַר ַײן אין ים‪ ,‬אין‬
‫דעם ים פֿון דומפּיקע װאַסער‪ ,‬װעט דאָס װאַסער געזונט װערן‪ 9 .‬און‬
‫עס װעט ז ַײן‪ ,‬יעטװעדער לעבעדיקע באַשעפֿעניש װאָס ער װידמענט‪,‬‬
‫װעט אָפּלעבן אומעטום װוּ די ט ַײכן װעלן קומען‪ ,‬און פֿיש װעלן ז ַײן‬
‫זײער פֿיל‪ ,‬װ ַײל די דאָזיקע װאַסערן קומען אַהין‪ ,‬כּדי עס זאָל‬
‫געהײלט װערן און אָפּלעבן אַלץ װוּהין דער ט ַײך װעט קומען‪ 10 .‬און‬
‫עס װעט ז ַײן‪ ,‬פֿישערס װעלן שטײן ב ַײ אים פֿון ֵעין‪ֶ-‬גדי און ביז ֵעין‪-‬‬
‫ֶעג ַל ִים; אױף אױסשפּרײטן נעצן װעט עס ז ַײן; פֿון אַלערלײ מינים‬
‫װעלן ז ַײן זײערע פֿיש‪ ,‬אַזױ װי די פֿיש פֿון ים‪-‬הגדול‪ ,‬זײער פֿיל‪.‬‬
‫‪ 11‬אָבער ז ַײנע זומפּן און ז ַײנע װאַסערגריבער װעלן ניט געזונט‬
‫געמאַכט װערן; פֿאַר זאַלץ ז ַײנען זײ אָפּגעגעבן‪ 12 .‬און ב ַײ דעם ט ַײך‬
‫װעלן אױסװאַקסן אױף ז ַײן ברעג‪ ,‬פֿון דער ז ַײט און פֿון יענער ז ַײט‪,‬‬
‫אַלערלײ בײמער צום עסן; זײער בלאַט װעט ניט פֿאַרװעלקט װערן‪,‬‬
‫און זײער פֿרוכט װעט ניט אױסגײן; אַלע חודש װעלן זײ צ ַײטיקן‪,‬‬
‫װ ַײל זײערע װאַסערן‪ ,‬זײ גײען אַרױס פֿון הײליקטום; און זײער‬

            ‫פֿרוכט װעט ז ַײן צום עסן‪ ,‬און זײער בלאַט פֿאַר אַ רפֿואה‪.‬‬

‫‪ 13‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪ :‬דאָס איז דער געמאַרק‪ ,‬װי איר‬
‫זאָלט מאַכן אַרבן דאָס לאַנד צו די צװעלף שבֿטים פֿון ישׂראל‪ ,‬מיט‬
‫צװײ חלקים פֿאַר יוסף‪ 14 .‬און איר זאָלט עס אַרבן אײנער אַזױ װי‬
‫דער אַנדערער‪ ,‬װאָרום איך האָב אױפֿגעהױבן מ ַײן האַנט‪ ,‬עס צו געבן‬
‫צו א ַײערע עלטערן; און דאָס דאָזיקע לאַנד זאָל א ַײך פֿאַלן פֿאַר אַ‬
‫נחלה‪ 15 .‬און דאָס איז דער געמאַרק פֿון דעם לאַנד‪ :‬אין צפֿון‪-‬ז ַײט‪,‬‬
‫פֿון ים‪-‬הגדול דורך ֶחתלון ביז מע קומט קײן צ ָדד; ‪ַ 16‬חמת‪ֵ ,‬ברוֹ ֶתה‪,‬‬
‫ִסב ַר ִים װאָס צװישן דעם געמאַרק פֿון דמשׂק און דעם געמאַרק פֿון‬
‫ַחמת; ַח ַצר‪ַ -‬התּיכון װאָס ב ַײם געמאַרק פֿון ַח ְו ָרן‪ 17 .‬און דער‬
‫געמאַרק פֿון ים אַהער זאָל ז ַײן ַח ַצר‪ֵ -‬עינון ב ַײם געמאַרק פֿון דמשׂק‪,‬‬
‫און אין צפֿון צו צפֿון איז דער געמאַרק פֿון ַחמת‪ .‬דאָס איז די צפֿון‪-‬‬
   132   133   134   135   136   137   138   139   140   141   142