Page 133 - Yekhezkel
P. 133

‫יחזקאל‬

‫‪ 9‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪ :‬גענוג א ַײך‪ ,‬איר פֿירשטן פֿון‬
‫ישׂראל! אומרעכט און רױב טוט אָפּ‪ ,‬רעכט און גערעכטיקײט טוט‪,‬‬
‫נעמט אַראָפּ פֿון מ ַײן פֿאָלק א ַײערע רדיפֿות‪ ,‬זאָגט גאָט דער האַר‪10 .‬‬
‫ריכטיקע װאָגשאָלן‪ ,‬און אַ ריכטיקע ֵאיפֿה‪ ,‬און ריכטיקע בת‪ ,‬זאָל ב ַײ‬
‫א ַײך ז ַײן‪ 11 .‬אַן ֵאיפֿה און אַ בת זאָל ז ַײן אין מאָס‪ :‬אַ בת זאָל האַלטן‬
‫אַ צענטל פֿון אַ חומר‪ ,‬און אַן ֵאיפֿה אַ צענטל פֿון אַ חומר; לױטן‬
‫חומר זאָל ז ַײן זײער מאָס‪ 12 .‬און דער שקל זאָל ז ַײן צװאַנציק ֵג ֶרה;‬
‫צװאַנציק שקל‪ ,‬פֿינף און צװאַנציק שקל‪ ,‬צען‪ ,‬און פֿינף שקל‪ ,‬זאָל‬

                                                       ‫א ַײך ז ַײן די ָמֶנה‪.‬‬

‫‪ 13‬דאָס איז די אָפּשײדונג װאָס איר זאָלט אָפּשײדן‪ :‬אַ זעקסטל‬
‫ֵאיפֿה פֿון אַ חומר װײץ‪ ,‬און אַ זעקסטל ֵאיפֿה זאָלט איר געבן פֿון אַ‬
‫חומר װײץ‪ ,‬און אַ זעקסטל ֵאיפֿה זאָלט איר געבן פֿון אַ חומר‬
‫גערשטן‪ 14 .‬און דער דין פֿון אײל – אײל איז אױפֿן בת – איז אַ‬
‫צענטל בת פֿון אַ ָכּוֹר‪ ,‬װאָס איז צען בת – אַ חומר; ‪ 15‬װאָרום צען‬
‫בת איז אַ חומר‪ .‬און אײן לאַם פֿון די שאָף פֿאַר צװײ הונדערט‪ ,‬פֿון‬
‫די לאָנקעס פֿון ישׂראל; פֿאַר שפּ ַײזאָפּפֿער‪ ,‬און פֿאַר בראַנדאָפּפֿער‪,‬‬

    ‫און פֿאַר פֿרידאָפּפֿער‪ ,‬מכפּר צו ז ַײן אױף זײ‪ ,‬זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬

‫‪ 16‬דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד זאָל געבן די דאָזיקע אָפּשײדונג צו‬
‫דעם פֿירשט אין ישׂראל‪ 17 .‬און אױך דעם פֿירשט זאָלן ז ַײן די‬
‫בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬און דאָס שפּ ַײזאָפּפֿער‪ ,‬און דאָס גיסאָפּפֿער‪ ,‬אין די‬
‫יום‪-‬טובֿים‪ ,‬און אום ראש‪-‬חודש‪ ,‬און אין די שבתים‪ ,‬אין אַלע‬
‫פֿ ַײערטעג פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל; ער זאָל מאַכן דאָס זינדאָפּפֿער‪,‬‬
‫און דאָס שפּ ַײזאָפּפֿער‪ ,‬און דאָס בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬און דאָס‬

                 ‫פֿרידאָפּפֿער‪ ,‬מכפּר צו ז ַײן פֿאַר דעם הױז פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 18‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪ :‬אין ערשטן חודש‪ ,‬אין ערשטן‬
‫טאָג פֿון חודש‪ ,‬זאָלסטו נעמען אַ יונגן אָקס אָן אַ פֿעלער‪ ,‬און‬
‫זאָלסט רײניקן דאָס הײליקטום‪ 19 .‬און דער כּהן זאָל נעמען פֿון דעם‬
‫בלוט פֿון זינדאָפּפֿער‪ ,‬און אַרױפֿטאָן אױף דעם ב ַײשטידל פֿון דעם‬
‫הױז‪ ,‬און אױף די פֿיר װינקלען פֿון דעם אָפּשפּרונג פֿון מזבח‪ ,‬און‬
‫אױף דעם ב ַײשטידל פֿון דעם טױער פֿון דעם אינעװײנקסטן הױף‪.‬‬
‫‪ 20‬און אַזױ זאָלסטו טאָן אין זיבעטן טאָג פֿון חודש‪ ,‬פֿון װעגן‬
‫איטלעכן װאָס פֿאַרזעט‪ ,‬און פֿון װעגן דעם װאָס טוט אױס‬
‫נאַרישקײט; אַזױ זאָלט איר מכפּר ז ַײן אױפֿן הױז‪ 21 .‬אין ערשטן‬
   128   129   130   131   132   133   134   135   136   137   138