Page 138 - Yekhezkel
P. 138
יחזקאל
ז ַײט 18 .און די מזרח-ז ַײט זאָלט איר מעסטן צװישן ַח ְו ָרן און דמשׂק
און ִגל ָעד ,און צװישן דעם לאַנד פֿון ישׂראל ,ב ַײם ירדן ,פֿון דעם
געמאַרק ביז דעם מזרח-ים .דאָס איז די מזרח-ז ַײט 19 .און די ָדרום-
ז ַײט צו ָדרום איז פֿון ָתּ ָמר ביז די װאַסערן פֿון מריבֿות-קדוש ,ביז
צום ט ַײך ,ביז צום ים-הגדול .דאָס איז די ָדרום-ז ַײט צו ָדרום 20 .און
די מערבֿ-ז ַײט איז דער ים-הגדול ,פֿון דעם געמאַרק ביז אַקעגן װוּ מע
קומט קײן ַחמת .דאָס איז די מערבֿ-ז ַײט.
21און אַז איר װעט א ַײך צעטײלן דאָס דאָזיקע לאַנד לױט די שבֿטים
פֿון ישׂראל 22 ,איז ,זאָלט איר עס אױסװאַרפֿן פֿאַר אַ נחלה צו א ַײך,
און צו די פֿרעמדע װאָס װױנען צװישן א ַײך ,װאָס האָבן געבאָרן
קינדער צװישן א ַײך; און זײ זאָלן ב ַײ א ַײך ז ַײן אַזױ װי א ַײנגעבאָרענע
צװישן די קינדער פֿון ישׂראל; גל ַײך מיט א ַײך זאָל זײ פֿאַלן אַ נחלה
צװישן די קינדער פֿון ישׂראל 23 .און עס זאָל ז ַײן ,צװישן דעם שבֿט
װאָס דער פֿרעמדער װױנט ב ַײ אים ,דאָרטן זאָלט איר געבן ז ַײן
נחלה ,זאָגט גאָט דער האַר.
1און דאָס ז ַײנען די נעמען פֿון די שבֿטים :פֿון צפֿון-עק
לעבן דעם װעג פֿון ֶחתלון ביז מע קומט קײן ַחמתַ ,ח ַצר-מח
ֵעינון ב ַײ דעם געמאַרק פֿון דמשׂק צו צפֿון ,לעבן ַחמת .און עס זאָל
ז ַײן פֿון מזרח-ז ַײט צו מערבֿ פֿאַר ָדן ,אײן חלק 2 .און לעבן דעם
געמאַרק פֿון ָדן ,פֿון מזרח-ז ַײט ביז מערבֿ-ז ַײט ,אָשר ,אײן חלק 3 .און
לעבן דעם געמאַרק פֿון אָשר ,פֿון מזרח-ז ַײט און ביז מערבֿ-ז ַײט,
נפֿתּלי ,אײן חלק 4 .און לעבן דעם געמאַרק פֿון נפֿתּלי ,פֿון מזרח-
ז ַײט ביז מערבֿ-ז ַײט ,מנשה ,אײן חלק 5 .און לעבן דעם געמאַרק פֿון
מנשה ,פֿון מזרח-ז ַײט ביז מערבֿ-ז ַײט ,אפֿ ַר ִים ,אײן חלק 6 .און לעבן
דעם געמאַרק פֿון אפֿ ַר ִים ,פֿון מזרח-ז ַײט און ביז מערבֿ-ז ַײט ,ראובֿן,
אײן חלק 7 .און לעבן דעם געמאַרק פֿון ראובֿן ,פֿון מזרח-ז ַײט ביז
מערבֿ-ז ַײט ,יהוּדה ,אײן חלק.
8און לעבן דעם געמאַרק פֿון יהוּדה ,פֿון מזרח-ז ַײט ביז מערבֿ-ז ַײט,
זאָל ז ַײן די אָפּשײדונג װאָס איר זאָלט אָפּשײדן ,פֿינף און צװאַנציק
טױזנט שטאַנגען די ברײט ,און די לענג אַזױ װי אײנער פֿון די
חלקים ,פֿון מזרח-ז ַײט ביז מערבֿ-ז ַײט .און דאָס הײליקטום זאָל ז ַײן