Page 131 - Yekhezkel
P. 131

‫יחזקאל‬

‫דינען‪ ,‬און זײ זאָלן שטײן פֿאַר מיר‪ ,‬מקריבֿ צו ז ַײן צו מיר דאָס פֿעטס‬
‫און דאָס בלוט‪ ,‬זאָגט גאָט דער האַר‪ 16 .‬זײ זאָלן קומען אין מ ַײן‬
‫הײליקטום‪ ,‬און זײ זאָלן גענענען צו מ ַײן טיש מיר צו דינען‪ ,‬און זײ‬
‫זאָלן היטן מ ַײן היטונג‪ 17 .‬און עס זאָל ז ַײן‪ ,‬אַז זײ גײען אַר ַײן אין די‬
‫טױערן פֿון דעם אינעװײניקסטן הױף‪ ,‬זאָלן זײ אָנטאָן פֿלאַקסענע‬
‫קלײדער‪ ,‬און װאָל זאָל ניט אַרױפֿקומען אױף זײ‪ ,‬װען זײ דינען אין‬
‫די טױערן פֿון דעם אינעװײניקסטן הױף‪ ,‬אָדער אינעװײניק‪.‬‬
‫‪ 18‬פֿלאַקסענע קאָפּדעקן זאָלן ז ַײן אױף זײערע קעפּ‪ ,‬און ל ַײנענע‬
‫הױזן זאָלן ז ַײן אױף זײערע לענדן; זײ זאָלן זיך ניט אָנגערטן מיט אַ‬
‫שװיציקער זאַך‪ 19 .‬און אַז זײ גײען אַרױס אין דעם אױסנװײניקסטן‬
‫הױף – אין דעם אױסנװײניקסטן הױף צום פֿאָלק‪ ,‬זאָלן זײ אױסטאָן‬
‫זײערע קלײדער װאָס זײ דינען אין זײ‪ ,‬און זײ אַװעקלײגן אין די‬
‫הײליקע קאַמערן‪ ,‬און אָנטאָן אַנדערע קלײדער‪ ,‬כּדי זײ זאָלן ניט‬
‫מאַכן הײליק דאָס פֿאָלק מיט זײערע קלײדער‪ 20 .‬און זײער קאָפּ‬
‫זאָלן זײ ניט גאָלן‪ ,‬און לאַנגע האָר זאָלן זײ ניט פֿאַרלאָזן; צװיקן‬
‫זאָלן זײ אַרומצװיקן זײערע קעפּ‪ 21 .‬און װ ַײן זאָל קײן כּהן ניט‬
‫טרינקען‪ ,‬װען זײ גײען אַר ַײן אין דעם אינעװײניקסטן הױף‪ 22 .‬און‬
‫אַן אלמנה און אַ גרושה זאָלן זײ זיך ניט נעמען פֿאַר װ ַײבער‪ ,‬נאָר‬
‫בלױז יונגפֿרױען פֿון דעם זאָמען פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל; אָבער די‬
‫אלמנה װאָס איז אַן אלמנה פֿון אַ כּהן‪ ,‬מעגן זײ נעמען‪ 23 .‬און זײ‬
‫זאָלן מ ַײן פֿאָלק לערנען צװישן הײליקן און אומהײליקן‪ ,‬און זײ‬
‫מאַכן װיסן צװישן רײנעם און אומרײנעם‪ 24 .‬און ב ַײ אַ שטר ַײטזאַך‬
‫זאָלן זײ שטײן צו משפּטן; מיט מ ַײנע משפּטים זאָלן זײ אים משפּטן;‬
‫און מ ַײנע דינים און מ ַײנע געזעצן אין אַלע מ ַײנע יום‪-‬טובֿים זאָלן זײ‬
‫היטן‪ ,‬און מ ַײנע שבתים זאָלן זײ האַלטן הײליק‪ 25 .‬און צו אַ טױטן‬
‫מענטשן זאָל ער ניט צוגײן צו װערן אומרײן; נאָר בלױז אָן אַ‬
‫פֿאָטער‪ ,‬און אָן אַ מוטער‪ ,‬און אָן אַ זון‪ ,‬און אָן אַ טאָכטער‪ ,‬אָן אַ‬
‫ברודער‪ ,‬און אָן אַ שװעסטער װאָס האָט נאָך ניט געהאַט קײן מאַן‪,‬‬
‫מעגן זײ זיך פֿאַראומרײניקן‪ 26 .‬און נאָך ז ַײן רײניקונג זאָל מען אים‬
‫צײלן זיבן טעג‪ 27 .‬און אין דעם טאָג װאָס ער קומט אין הײליקטום‪,‬‬
‫אין דעם אינעװיניקסטן הױף‪ ,‬צו דינען אין הײליקטום‪ ,‬זאָל ער‬
‫מקריבֿ ז ַײן ז ַײן זינדאָפּװער‪ ,‬זאָגט גאָט דער האַר‪ 28 .‬און דאָס זאָל זײ‬
‫ז ַײן פֿאַר אַ נחלה‪ :‬איך בין זײער נחלה; און קײן אײגנטום זאָלט איר‬
‫זײ ניט געבן אין ישׂראל‪ :‬איך בין זײער אײגנטום‪ 29 .‬דאָס‬
‫שפּ ַײזאָפּפֿער‪ ,‬און דאָס זינדאָפּפֿער‪ ,‬און דאָס שולדאָפּפֿער‪ ,‬דאָס זאָלן‬
‫זײ עסן; און איטלעכער חרם אין ישׂראל זאָל געהערן צו זײ‪ 30 .‬און‬
   126   127   128   129   130   131   132   133   134   135   136