Page 127 - Yekhezkel
P. 127

‫יחזקאל‬

‫דעם מעסטשטאַנג‪ ,‬פֿינף הונדערט שטאַנגען מיט דעם מעסטשטאַנג‬
‫רונד אַרום‪ 17 .‬ער האָט אָפּגעמאָסטן די צפֿון‪-‬ז ַײט‪ ,‬פֿינף הונדערט‬
‫שטאַנגען מיט דעם מעסטשטאַנג רונד אַרום‪ 18 .‬ער האָט‬
‫אָפּגעמאָסטן די ָדרום‪-‬ז ַײט‪ ,‬פֿינף הונדערט שטאַנגען מיט דעם‬
‫מעסטשטאַנג‪ 19 .‬ער האָט זיך אומגעדרײט צו מערבֿ‪-‬ז ַײט‪ ,‬און האָט‬
‫אָפּגעמאָסטן פֿינף הונדערט שטאַנגען מיט דעם מעסטשטאַנג‪.‬‬
‫‪ 20‬אױף פֿיר ז ַײטן האָט ער עס אָפּגעמאָסטן; עס האָט געהאַט אַ‬
‫מױער רונד אַרום‪ ,‬די לענג פֿינף הונדערט‪ ,‬און די ברײט פֿינף‬

             ‫הונדערט כּדי אָפּצושײדן צװישן הײליקן און אומהײליקן‪.‬‬

‫‪ 1‬און ער האָט מיך צוגעפֿירט צו דעם טױער – דעם טױער‬

‫װאָס איז געװען געקערט צו מזרח‪ 2 .‬ערשט די פּראַכט פֿוןמג‬

‫דעם גאָט פֿון ישׂראל איז אָנגעקומען פֿון דעם װעג פֿון מזרח‪ ,‬און ז ַײן‬
‫ָקול איז געװען אַזױ װי דער ָקול פֿון גרױסע װאַסערן‪ ,‬און די ערד‬
‫האָט אױפֿגעלוכטן פֿון ז ַײן פּראַכט‪ 3 ,‬און דאָס אױסזען פֿון דער זעונג‬
‫װאָס איך האָב געזען‪ ,‬איז געװען אַזױ װי די זעונג װאָס איך האָב‬
‫געזען װען איך בין געקומען צו צעשטערן די שטאָט; און די זעונגען‬
‫ז ַײנען געװען אַזױ װי די זעונג װאָס איך האָב געזען ב ַײם ט ַײך כּבֿר;‬
‫און איך בין געפֿאַלן אױף מ ַײן פּנים‪ 4 .‬און די פּראַכט פֿון גאָט איז‬
‫אַר ַײנגעגאַנגען אין הױז דורך דעם טױער װאָס ז ַײן פֿאָדערז ַײט איז‬
‫געװען צו מזרח‪ 5 .‬און אַ װינט האָט מיך אױפֿגעהױבן‪ ,‬און האָט מיך‬
‫געבראַכט אין דעם אינעװײניקסטן הױף‪ ,‬ערשט די פּראַכט פֿון גאָט‬
‫האָט אָנגעפֿילט דאָס הױז‪ 6 .‬און איך האָב געהערט רעדן צו מיר פֿון‬
‫הױז‪ ,‬און אַ מאַן איז געשטאַנען לעבן מיר‪ 7 .‬און ער האָט צו מיר‬
‫געזאָגט‪ :‬מענטשנקינד‪ ,‬דאָס איז דער אָרט פֿון מ ַײן טראָן‪ ,‬און דער‬
‫אָרט פֿון מ ַײנע פֿוסטריט‪ ,‬װאָס איך װעל דאָרטן רוען צװישן די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל אױף אײביק; און דאָס הױז פֿון ישׂראל װעלן מער‬
‫ניט פֿאַראומרײניקן מ ַײן הײליקן נאָמען‪ ,‬זײ און זײערע מלכים‪ ,‬מיט‬
‫זײער זנות‪ ,‬און מיט די פָּגרים פֿון זײערע מלכים אױף זײערע ָבמות;‬
‫‪ 8‬מיט זײער שטעלן זײער שװעל לעבן מ ַײן שװעל‪ ,‬און זײער‬
‫ב ַײשטידל לעבן מ ַײן ב ַײשטידל‪ ,‬מיט בלױז אַ װאַנט צװישן מיר און‬
‫צװישנז זײ; און זײ פֿלעגן פֿאַראומרײניקן מ ַײן הײליקן נאָמען מיט‬
‫זײערע אומװערדיקײטן װאָס זײ האָבן געטאָן‪ ,‬װאָס דרום האָב איך‬
‫זײ פֿאַרלענדט אין מ ַײן צאָרן‪ 9 .‬אַצונד װעלן זײ דערװ ַײטערן פֿון מיר‬
   122   123   124   125   126   127   128   129   130   131   132