Page 128 - Yekhezkel
P. 128
יחזקאל
זײער זנות ,און די פָּגרים פֿון זײערע מלכים ,און איך װעל רוען
צװישן זײ אױף אײביק.
10דו מענטשנקינד ,דערצײל דעם הױז פֿון ישׂראל װעגן דעם הױז,
כּדי זײ זאָלן זיך שעמען מיט זײערע זינד; און זאָלן זײ נאָכמעסטן
דעם פּלאַן 11 .און אַז זײ װעלן זיך שעמען מיט אַלץ װאָס זײ האָבן
געטאָן ,מאַך זײ װיסן דאָס געמעל פֿון דעם הױז און ז ַײן געשטעל,
און ז ַײנע אױסגאַנגען און ז ַײנע א ַײנגאַנגען ,און אַלע ז ַײנע געמעלן,
און אַלע ז ַײנע געזעצן ,יאָ ,אַלע ז ַײנע געמעלן ,און אַלע ז ַײנע דינים,
און שר ַײב אױף פֿאַר זײערע אױגן ,כּדי זײ זאָלן אָפּהיטן אַל ז ַײן
געמעל און אַלע ז ַײנע געזעצן ,און זײ טאָן.
12דאָס איז דער דין פֿון דעם הױז :ז ַײן גאַנצער געמאַרק אױפֿן שפּיץ
באַרג רונד אַרום זאָל ז ַײן אַ הײליקסטע הײליקײט .זע ,דאָס איז דאָס
געזעץ פֿאַר דעם הױז.
13און דאָס ז ַײנען די מאָסן פֿון דעם מזבח אין אײלן – איטלעכע
אײל אַן אײל מיט אַ האַנטברײט; דער גרונט אַן אײל ,און אַן אײל די
ברײט ,און ז ַײן ראַנד ב ַײ ז ַײן ברעג רונד אַרום אײן שפּאַן; און דאָס
איז דאָס אונטערגעשטעל פֿון מזבח 14 .און פֿון דעם גרונט אױף דער
ערד ביזן אונטערשטן אָפּשפּרונג צװײ אײלן ,און די ברײט אײן אײל;
און פֿון דעם קלענערן אָפּשפּרונג ביזן גרעסערן אָפּשפּרונג פֿיר אײלן,
און די ברײט אַן אײל 15 .און דער פֿ ַײעראָרט פֿיר אײלן ,און פֿון דעם
פֿ ַײעראָרט און אַרױף צו פֿיר הערנער 16 .און דער פֿ ַײעראָרט צװעלף
די לענג אױף צװעלף די ברײט ,פֿירעקעכדיק אין ז ַײנע פֿיר ז ַײטן.
17און דער אָפּשפּרונג פֿערצן די לענג אױף פֿערצן די ברײט ,אױף
ז ַײנע פֿיר ז ַײטן; און דער ראַנד רונד אַרום אים אַ האַלבע אײל; און
דער גרונט צו אים אַן אײל רונד אַרום; און ז ַײנע טרעפּ געקערט צו
מזרח.
18און ער האָט צו מיר געזאָגט :מענטשנקינד ,אַזױ האָט געזאָגט
גאָט דער האַר :דאָס ז ַײנען די געזעצן פֿון מזבח אין דעם טאָג װאָס
ער װערט געמאַכט ,כּדי אױפֿצוברענגען אױף אים בראַנדאָפּפֿער ,און
צו שפּרענגען אױף אים בלוט 19 .זאָלסט געבן צו די כּהנים פֿון שבֿט
ֵלוי װאָס ז ַײנען פֿון דעם זאָמען פֿון ָצדוק ,די װאָס ז ַײנען נאָנט צו
מיר צו דינען ,זאָגט גאָט דער האַר ,אַ יונגן אָקס פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער.