Page 119 - Yekhezkel
P. 119

‫יחזקאל‬

                                            ‫אױף דעם הױז פֿון ישׂראל‪,‬‬
                                                   ‫זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬

‫‪ 1‬אין פֿינף און צװאַנציקסטן יאָר פֿון אונדזער גלות‪ ,‬אין אָנהײב‬

‫יאָר‪ ,‬אין צענטן טאָג פֿון חודש‪ ,‬אין פֿערצנטן יאָר נאָך דעם װימ‬

‫די שטאָט איז געשלאָגן געװאָרן‪ ,‬גענױ אין דעם דאָזיקן טאָג‪ ,‬איז‬
‫געװען אױף מיר די האַנט פֿון גאָט‪ ,‬און ער האָט מיך אַהין געבראַכט‪.‬‬
‫‪ 2‬אין זעונגען פֿון גאָט האָט ער מיך געבראַכט קײן ארץ‪-‬ישׂראל‪ ,‬און‬
‫ער האָט מיך אַראָפּגעלאָזט אױף אַ זײער הױכן באַרג‪ ,‬און אױף אים‬
‫איז געװען אַזױ װי דאָס געבױ פֿון אַ שטאָט‪ ,‬אין ָדרום‪ 3 .‬און ער‬
‫האָט מיך אַהין געבראַכט‪ ,‬ערשט דאָרטן איז אַ מאַן װאָס ז ַײן אױסזען‬
‫איז אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון קופּער‪ ,‬און אַ פֿלאַקסענע שנור איז אין‬
‫ז ַײן האַנט‪ ,‬און אַ מעסטשטאַנג; און ער שטײט אין טױער‪ 4 .‬און דער‬
‫מאַן האָט צו מיר גערעדט‪ :‬מענטשנקינד‪ ,‬זע מיט ד ַײנע אױגן‪ ,‬און‬
‫מיט ד ַײנע אױערן הער‪ ,‬און לײג צו ד ַײן האַרץ צו אַלץ װאָס איך װ ַײז‬
‫דיר‪ ,‬װאָרום כּדי דיר צו װ ַײזן ביסטו געבראַכט געװאָרן אַהער;‬

                ‫דערצײל אַלץ װאָס דו זעסט צו דעם הױז פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 5‬און זע‪ ,‬אַ מױער איז געװען דרױסן פֿון דעם הױז רונד אַרום; און‬
‫אין דער האַנט פֿון דעם מאַן איז געװען אַ מעסטשטאַנג פֿון זעקס‬
‫אײלן‪ ,‬איטלעכע פֿון אַן אײל מיט אַ האַנטברײט; און ער האָט‬
‫אָפּגעמאָסטן די ברײט פֿון דעם בנין‪ ,‬אײן שטאַנג‪ ,‬און די הײך אײן‬

                                                                ‫שטאַנג‪.‬‬

‫‪ 6‬און ער איז געקומען צו אַ טױער װאָס ז ַײן פֿאָדערז ַײט איז געװען‬
‫צו מזרח‪ ,‬און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף ז ַײנע טרעפּ‪ ,‬און האָט‬
‫אָפּגעמאָסטן די שװעל פֿון דעם טױער‪ ,‬אײן שטאַנג די ברײט – די‬
‫אײן שװעל‪ ,‬אײן שטאַנג די ברײט‪ 7 .‬און איטלעכער אַלקער איז‬
‫געװען אײן שטאַנג די לענג‪ ,‬און אײן שטאַנג די ברײט‪ ,‬און צװישן די‬
‫אַלקערס פֿינף אײלן; און די שװעל פֿון דעם טױער לעבן דעם פֿירהױז‬
‫פֿון טױער פֿון אינעװײניק איז געװען אײן שטאַנג‪ 8 .‬און ער האָט‬
‫אָפּגעמאָסטן דאָס פֿירהױז פֿון טױער פֿון אינעװײניק‪ ,‬אײן שטאַנג‪.‬‬
‫‪ 9‬און ער האָט אָפּגעמאָסטן דאָס פֿירהױז פֿון טױער‪ ,‬אַכט אײלן‪ ,‬און‬
‫ז ַײנע טירז ַײלן‪ ,‬צװײ אײלן; און דאָס פֿירהױז פֿון טױער איז געװען פֿון‬
   114   115   116   117   118   119   120   121   122   123   124