Page 116 - Yekhezkel
P. 116
יחזקאל
דו אױבערפֿירשט פֿון ֶמ ֶשך און תּובֿל.
2און איך װעל דיך פֿאַרנאַרן ,און דיך פֿירן,
און װעל דיך אױפֿברענגען פֿון די עקן פֿון צפֿון,
און דיך ברענגען אױף די בערג פֿון ישׂראל.
3און איך װעל אַרױסשלאָגן ד ַײן בױגן פֿון ד ַײן לינקער האַנט,
און ד ַײנע פֿ ַײלן װעל איך פֿון ד ַײן רעכטער האַנט מאַכן אַרױספֿאַלן.
4אױף די בערג פֿון ישׂראל װעסטו פֿאַלן,
דו ,און אַלע ד ַײנע מחנות,
און די פֿעלקער װאָס מיט דיר;
פֿאַר אַלערלײ געפֿליגלטע רױבפֿױגלען
און די חיות פֿון פֿעלד,
האָב איך דיך געגעבן צו שפּ ַײז.
5אױפֿן פֿר ַײען פֿעלד װעסטו פֿאַלן,
װאָרום איך האָב גערעדט ,זאָגט גאָט דער האַר.
6און איך װעל אָנשיקן אַ פֿ ַײער אױף ָמגוג,
און אױף די װאָס זיצן אױף די אינדזלען אין זיכערקײט;
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.
7און מ ַײן הײליקן נאָמען
װעל איך באַװוּסט מאַכן צװישן מ ַײן פֿאָלק ישׂראל,
און איך װעל מער ניט לאָזן פֿאַרשװעכט װערן
מ ַײן הײליקן נאָמען;
און די פֿעלקער װעלן װיסן
אַז איך יהוה בין הײליק אין ישׂראל.
8זע ,עס קומט ,און עס געשעט ,זאָגט גאָט דער האַר;
דאָס איז דער טאָג װאָס איך האָב אָנגעזאָגט.
9און די באַװױנער פֿון די שטעט פֿון ישׂראל װעלן אַרױסגײן,
און װעלן ברענען און הײצן
מיט װאַפֿן און שילדן און פּאַנצערס,
מיט בױגנס און מיט פֿ ַײלן,
און מיט האַנטשטעקנס און מיט שפּיזן,
און זײ װעלן ברענען פֿ ַײער דערמיט זיבן יאָר.
10און זײ װעלן ניט נעמען האָלץ פֿון פֿעלד,
און ניט האַקן פֿון די װעלדער,
נ ַײערט מיטן װאַפֿן װעלן זײ ברענען פֿ ַײער;
און זײ װעלן באַראַבעװען זײערע באַראַבעװער,