Page 112 - Yekhezkel
P. 112

‫יחזקאל‬

                                     ‫און מיט אַלע זײערע פֿאַרברעכן;‬
                 ‫און איך װעל זײ העלפֿן פֿון אַלע זײערע װױנערטער‬

                                    ‫װאָס זײ האָבן געזינדיקט אין זײ‪,‬‬
                                             ‫און איך װעל זײ רײניקן;‬

                                    ‫און זײ װעלן מיר ז ַײן צום פֿאָלק‪,‬‬
                                       ‫און איך װעל זײ ז ַײן צום גאָט‪.‬‬

                  ‫‪ 24‬און מ ַײן קנעכט דוד װעט ז ַײן אַ מלך איבער זײ‪,‬‬
                          ‫און אײן פּאַסטוך װעט ז ַײן ב ַײ זײ אַלעמען;‬
                                  ‫און אין מ ַײנע געזעצן װעלן זײ גײן‪,‬‬
                        ‫און מ ַײנע חוקים װעלן זײ היטן און זײ טאָן‪.‬‬
                                ‫‪ 25‬און זײ װעלן זיצן אױף דעם לאַנד‬

                    ‫װאָס איך האָב געגעבן צו מ ַײן קנעכט‪ ,‬צו יעקבֿן‪,‬‬
                          ‫װאָס א ַײערע עלטערן ז ַײנען געזעסן דערין;‬
                                            ‫און זײ װעלן זיצן דערױף‪,‬‬

       ‫זײ‪ ,‬און זײערע קינדער‪ ,‬און זײערע קינדסקינדער ביז אײביק;‬
            ‫און מ ַײן קנעכט דוד װעט זײ ז ַײן אַ פֿירשט אױף אײביק‪.‬‬
                      ‫‪ 26‬און איך װעל זײ שליסן אַ בונד פֿון שלום –‬
                             ‫אַן אײביקער בונד װעט עס ז ַײן מיט זײ;‬
                              ‫און איך װעל זײ באַזעצן‪ ,‬און זײ מערן‪,‬‬
              ‫און װעל מאַכן מ ַײן הײליקטום צװישן זײ אױף אײביק‪.‬‬
                               ‫‪ 27‬און מ ַײן רוּונג װעט ז ַײן איבער זײ;‬
                                       ‫און איך װעל זײ ז ַײן צום גאָט‪,‬‬
                                    ‫און זײ װעלן מיר ז ַײן צום פֿאָלק‪.‬‬

         ‫‪ 28‬און די פֿעלקער װעלן װיסן אַז איך יהוה הײליק ישׂראל‪,‬‬
               ‫װען מ ַײן הײליקטום װעט ז ַײן צװישן זײ אױף אײביק‪.‬‬

‫‪ 1‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

  ‫‪ 2‬מענטשנקינד‪ ,‬טו ד ַײן פּנים צו גוֹגן אין לאַנד ָמגוג‪,‬לח‬
                              ‫דעם אױבערפֿירשט פֿון ֶמ ֶשך און תּובֿל‪,‬‬
                                           ‫און זאָג נבֿיאות אױף אים;‬
               ‫‪ 3‬און זאָלסט זאָגן‪ :‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
                                             ‫זע‪ ,‬איך קום צו דיר‪ ,‬גוֹג‪,‬‬
                                ‫דו אױבערפֿירשט פֿון ֶמ ֶשך און תּובֿל‪.‬‬
                                        ‫‪ 4‬און איך װעל דיך פֿאַרנאַרן‪,‬‬
   107   108   109   110   111   112   113   114   115   116   117