Page 109 - Yekhezkel
P. 109

‫יחזקאל‬

                             ‫‪ 37‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
                          ‫אױך דערין װעל איך זיך לאָזן דערבעטן‬

                             ‫פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל‪ ,‬זײ צו טאָן‪:‬‬
                              ‫איך װעל זײ מערן מענטשן װי שאָף‪.‬‬

                                           ‫‪ 38‬װי די הײליקע שאָף‪,‬‬
                   ‫װי די שאָף פֿון ירושלים אין אירע יום‪-‬טובֿים‪,‬‬
          ‫אַזױ װעלן ז ַײן די חרבֿע שטעט פֿול מיט מענטשנשאָף;‬

                              ‫און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה‪.‬‬

                  ‫‪ 1‬די האַנט פֿון גאָט איז געװען אױף מיר‪,‬‬

‫און ער האָט מיך אַרױסגעטראָגן מיט דעם ג ַײסט פֿון גאָט‪,‬לז‬
             ‫און האָט מיך אַראָפּגעלאָזט אין מיטן פֿון דעם טאָל‪,‬‬
                               ‫און ער איז געװען פֿול מיט בײנער‪.‬‬
        ‫‪ 2‬און ער האָט מיך פֿאַרב ַײגעפֿירט פֿאַרב ַײ זײ רונד אַרום‪,‬‬
                  ‫ערשט זײ ז ַײנען געװען זײער פֿיל איבערן טאָל‪,‬‬
               ‫און פֿאַר װאָר‪ ,‬זײ ז ַײנען געװען זײער פֿאַרטריקנט‪.‬‬
                                   ‫‪ 3‬און ער האָט צו מיר געזאָגט‪:‬‬
         ‫מענטשנקינד‪ ,‬קענען די דאָזיקע בײנער לעבעדיק װערן?‬
                  ‫האָב איך געזאָגט‪ :‬גאָט דו האַר‪ ,‬דו װײסט דאָך‪.‬‬
   ‫‪ 4‬האָט ער צו מיר געזאָגט‪ :‬זאָג נבֿיאות צו די דאָזיקע בײנער‪,‬‬
                                           ‫און זאָלסט זאָגן צו זײ‪:‬‬
               ‫איר טרוקענע בײנער‪ ,‬הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט‪:‬‬
       ‫‪ 5‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר צו די דאָזיקע בײנער‪:‬‬
                        ‫זעט‪ ,‬איך ברענג אַר ַײן אין א ַײך אַן אָטעם‪,‬‬
                                    ‫און איר װעט לעבעדיק װערן‪.‬‬
                            ‫‪ 6‬יאָ‪ ,‬איך װעל געבן אױף א ַײך אָדערן‪,‬‬
                             ‫און װעל אַרױפֿטאָן אױף א ַײך פֿלײש‪,‬‬
                                 ‫און אַרױפֿצ ִיען אױף א ַײך אַ הױט‪,‬‬
                                ‫און אַר ַײנגעבן אין א ַײך אַן אָטעם‪,‬‬
                                    ‫און איר װעט לעבעדיק װערן;‬
                             ‫און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה‪.‬‬

                                   ‫‪ 7‬און איך האָב נבֿיאות געזאָגט‬
                                 ‫אַזױ װי איך בין באַפֿױלן געװאָרן;‬
   104   105   106   107   108   109   110   111   112   113   114