Page 107 - Yekhezkel
P. 107

‫יחזקאל‬

                                 ‫װאָס זײ ז ַײנען געקומען אַהין‪,‬‬
                    ‫האָבן זײ פֿאַרשװעכט מ ַײן הײליקן נאָמען‪,‬‬

                                 ‫אַז מע האָט אױף זײ געזאָגט‪:‬‬
                        ‫דאָס פֿאָלק פֿון גאָט ז ַײנען די דאָזיקע‪,‬‬

                            ‫און פֿון ז ַײן לאַנד קומען זײ אַרױס‪.‬‬
                ‫‪ 21‬און איך האָב געשױנט מ ַײן הײליקן נאָמען‪,‬‬
            ‫װאָס דאָס הױז פֿון ישׂראל האָט אים פֿאַרשװעכט‬
             ‫צװישן די פֿעלקער װאָס זײ ז ַײנען געקומען אַהין‪.‬‬

                        ‫‪ 22‬דרום זאָג צו דעם הױז פֿון ישׂראל‪:‬‬
                             ‫אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬

                ‫ניט פֿון א ַײערט װעגן טו איך‪ ,‬הױז פֿון ישׂראל‪,‬‬
                              ‫נ ַײערט פֿאַר מ ַײן הײליקן נאָמען‪,‬‬

               ‫װאָס איר האָט פֿאַרשװעכט צװישן די פֿעלקער‬
                                 ‫װאָס איר ז ַײט געקומען אַהין‪.‬‬

                  ‫‪ 23‬און איך װעל הײליקן מ ַײן גרױסן נאָמען‪,‬‬
            ‫װאָס איז פֿאַרשװעכט געװאָרן צװישן די פֿעלקער‪,‬‬

                        ‫װאָס איר האָט פֿאַרשװעכט צװישן זײ;‬
                  ‫און די פֿעלקער װעלן װיסן אַז איך בין יהוה‪,‬‬

                                           ‫זאָגט גאָט דער האַר‪,‬‬
        ‫װען איך װער געהײליקט דורך א ַײך פֿאַר זײערע אױגן‪.‬‬

           ‫‪ 24‬און איך װעל א ַײך צונױפֿנעמען פֿון די פֿעלקער‪,‬‬
                  ‫און װעל א ַײך א ַײנזאַמלען פֿון אַלע לענדער‪,‬‬
                            ‫און א ַײך ברענגען אױף א ַײער ערד‪.‬‬

            ‫‪ 25‬און איך װעל שפּריצן אױף א ַײך רײנע װאַסער‪,‬‬
                                       ‫און איר װעט רײן װערן;‬

‫פֿון אַלע א ַײערע אומרײנקײטן און פֿון אַלע א ַײערע אָפּגעטער‬
                                         ‫װעל איך א ַײך רײניקן‪.‬‬

                       ‫‪ 26‬און איך װעל א ַײך געבן אַ נ ַײ האַרץ‪,‬‬
                ‫און אַ נ ַײ געמיט װעל איך אַר ַײנגעבן אין א ַײך‪,‬‬
   ‫און איך װעל אָפּטאָן דאָס האַרץ פֿון שטײן פֿון א ַײער ל ַײב‪,‬‬

                       ‫און װעל א ַײך געבן אַ האַרץ פֿון פֿלײש‪.‬‬
               ‫‪ 27‬און מ ַײן ג ַײסט װעל איך אַר ַײנגעבן אין א ַײך‪,‬‬
           ‫און װעל מאַכן אַז אין מ ַײנע חוקים זאָלט איר גײן‪,‬‬

                   ‫און מ ַײנע געזעצן זאָלט איר היטן און טאָן‪.‬‬
                          ‫‪ 28‬און איר װעט זיצן אין דעם לאַנד‬
   102   103   104   105   106   107   108   109   110   111   112