Page 102 - Yekhezkel
P. 102

‫יחזקאל‬

                                                   ‫פֿאַר אַ בענטשונג;‬
                  ‫און איך װעל מאַכן נידערן דעם רעגן אין ז ַײן צ ַײט;‬

                                 ‫געבענטשטע רעגנס װעלן דאָס ז ַײן‪.‬‬
                   ‫‪ 27‬און דער בױם פֿון פֿעלד װעט געבן ז ַײן פֿרוכט‪,‬‬

                                ‫און די ערד װעט געבן איר געװעקס;‬
                    ‫און זײ װעלן ז ַײן אױף זײער ערד אין זיכערקײט;‬

                                 ‫און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה‪,‬‬
                        ‫װען איך צעברעך די שטאַנגען פֿון זײער יאָך‪,‬‬

                                ‫און װעל זײ מציל ז ַײן פֿון דער האַנט‬
                                        ‫פֿון די װאָס אַרבעטן מיט זײ‪.‬‬

              ‫‪ 28‬און זײ װעלן מער ניט ז ַײן אַ רױב פֿאַר די פֿעלקער‪,‬‬
                        ‫און די חיה פֿון לאַנד װעט זײ ניט פֿאַרצערן;‬
                                    ‫און זײ װעלן זיצן אין זיכערקײט‪,‬‬
                                         ‫און קײנער װעט ניט שרעקן‪.‬‬

            ‫‪ 29‬און איך װעל זײ אױפֿשטעלן אַ פֿלאַנצונג פֿאַר אַ שם‪,‬‬
                                 ‫און עס װעלן מער ניט ז ַײן אין לאַנד‬
                                         ‫אױסגעגאַנגענע פֿון הונגער‪,‬‬
                                         ‫און זײ װעלן מער ניט טראָגן‬
                                            ‫די שאַנד פֿון די פֿעלקער‪.‬‬
                                                 ‫‪ 30‬און זײ װעלן װיסן‬
                                 ‫אַז איך יהוה זײער גאָט בין מיט זײ‪,‬‬

                     ‫און זײ‪ ,‬דאָס הױז פֿון ישׂראל‪ ,‬ז ַײנען מ ַײן פֿאָלק‪,‬‬
                                                 ‫זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬

                                         ‫‪ 31‬און איר ז ַײט מ ַײנע שאָף;‬
                        ‫די מענטשנשאָף פֿון מ ַײן פֿיטערונג ז ַײט איר;‬
                        ‫און איך בין א ַײער גאָט זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬

‫‪ 1‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

     ‫‪ 2‬מענטשנקינד‪ ,‬טו ד ַײן פּנים צו באַרג ֵשׂ ִעיר‪,‬לה‬
                                         ‫און זאָגט נבֿיאות אױף אים;‬
                                          ‫‪ 3‬און זאָלסט זאָגן צו אים‪:‬‬
                                   ‫אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
                                    ‫זע‪ ,‬איך קום צו דיר‪ ,‬באַרג ֵשׂ ִעיר‪,‬‬
                         ‫און װעל אױסשטרעקן מ ַײן האַנט אױף דיר‪,‬‬
   97   98   99   100   101   102   103   104   105   106   107