Page 100 - Yekhezkel
P. 100

‫יחזקאל‬

           ‫פֿאַר יעטװעדער חיה פֿון פֿעלד‪ ,‬װ ַײל אָן אַ פּאַסטוך‪,‬‬
‫און מ ַײנע פּאַסטוכער האָבן ניט נאָכגעפֿרעגט אױף מ ַײנע שאָף‪,‬‬

                  ‫און די פּאַסטוכער האָבן געפֿיטערט זיך אַלײן‪,‬‬
                       ‫און מ ַײנע שאָף האָבן זײ ניט געפֿיטערט‪,‬‬

          ‫‪ 9‬דרום‪ ,‬איר פּאַסטוכער‪ ,‬הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט‪:‬‬
                           ‫‪ 10‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
                                 ‫זע‪ ,‬איך קום צו די פּאַסטוכער‪,‬‬

                   ‫און װעל מאָנען מ ַײנע שאָף פֿון זײער האַנט‪,‬‬
                         ‫און װעל זײ אָפּשאַפֿן פֿון פֿיטערן שאָף‪,‬‬

           ‫און די פּאַסטוכער װעלן מער ניט פֿיטערן זיך אַלײן;‬
             ‫און איך װעל מציל ז ַײן מ ַײנע שאָף פֿון זײער מױל‪,‬‬
                         ‫און זײ װעלן מער ניט ז ַײן זײ צו שפּ ַײז‪.‬‬
                   ‫‪ 11‬װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬

         ‫אָט בין איך‪ ,‬און איך װעל נאָכפֿרעגן אױף מ ַײנע שאָף‪,‬‬
                                       ‫און איך װעל זײ אױפֿזוכן‪.‬‬

                         ‫‪ 12‬װי אַ פּאַסטוך זוכט נאָך ז ַײן סטאַדע‬
  ‫אין דעם טאָג װאָס ער איז צװישן ז ַײנע שאָף די צעשפּרײטע‪,‬‬

                             ‫אַזױ װעל איך נאָכזוכן מ ַײנע שאָף;‬
                     ‫און איך װעל זײ מציל ז ַײן פֿון אַלע ערטער‬

                        ‫װאָס זײ ז ַײנען צעשפּרײט געװאָרן אַהין‬
                            ‫אין דעם טאָג פֿון װאָלקן און נעבל‪.‬‬

                ‫‪ 13‬און איך װעל זײ אַרױסצִיען פֿון די פֿעלקער‪,‬‬
                        ‫און װעל זײ א ַײנזאַמלען פֿון די לענדער‪,‬‬
                          ‫און װעל זײ ברענגען אױף זײער ערד;‬

             ‫און איך װעל זײ פֿיטערן אױף די בערג פֿון ישׂראל‪,‬‬
          ‫ב ַײ די שטראָמען‪ ,‬און אין אַלע װױנערטער פֿון לאַנד‪.‬‬

               ‫‪ 14‬אױף אַ גוטער פֿיטערונג װעל איך זײ פֿיטערן‪,‬‬
    ‫און אױף די הױכע בערג פֿון ישׂראל װעט ז ַײן זײער לאָנקע;‬

                   ‫דאָרטן װעלן זײ הױערן אין אַ גוטער לאָנקע‪,‬‬
                    ‫און אַ פֿעטע פֿיטערונג װעלן זײ זיך פֿיטערן‬
                                       ‫אױף די בערג פֿון ישׂראל‪.‬‬
                                ‫‪ 15‬איך װעל פֿיטערן מ ַײנע שאָף‪,‬‬
                                  ‫און איך װעל זײ מאַכן הױערן‪,‬‬
                                            ‫זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬
                          ‫‪ 16‬די פֿאַרלאָרענע װעל איך אױפֿזוכן‪,‬‬
                      ‫און די פֿאַרשטױסענע װעל איך אומקערן‪,‬‬
   95   96   97   98   99   100   101   102   103   104   105